דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען: 2 יאָר

דער גרינדער פֿון אונדזער וועבזײַט, ד״ר מאַרק זילבערקוויט, האָט איניציִיִרט דעם מאָנומענט־פּראָיעקט, געשאַפֿן דורכן סאָוועטישן און רוסלענדישן סקולפּטאָר יורי טשערנאָוו (1935 – 2009). דעם סקולפּטאָרס אייניקל, דער פֿילאַנטראָפּ און געשעפֿסמאַן אַלכּסנדר טשערנאָוו, האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע דערין.
די דערעפֿענונג־צערעמאָניע האָט סיגנאַליזירט דעם אָנהייב פֿון נײַע שטודיעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ייִדיש־קולטור בראָש מיט פּראָפֿעסאָרן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועלכע אָרגאַניזירן אויך, אַחוץ די לימודים, פֿעסטיוואַלן לכּבֿוד די פֿאָרשערישע דערגרייכונגען פֿון זייערע סטודענטן. די דאָזיקע אָנגייענדיקע וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אַקטיוויטעטן זענען דערמעגלעכט געוואָרן אין 2023 אַ דאַנק צוויי חסד־פֿונדאַציעס: Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל). די שטודיעס ווערן געשטיצט דורכן די "סטיפּענדיעס פֿון מאַרק און דזשוליאַ זילבערקוויט".

פֿון רעכטס אויף לינקס: אַבֿי פֿישער, לעאָנאַרד בלאַוואַטניק, אַריאל פּורת, מאַרק זילבערקוויט, דזשוליע זילבערקוויט, עמוס אלעד, פּיטער טאָרען.
בילדער: יובֿל יוסף