Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע אין רוסישע איבערזעצונגען

דער מאָסקווער ייִדישער פֿאַרלאַג "קניזשניקי" האָט אַרויסגעגעבן אַ צוויי־שפּראַכיק זאַמלבוך פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע מיט רוסישע איבערזעצונגען, וואָס הייסט "איך קער זיך אום". דאָס בוך איז אַרויס אַ דאַנק דעם פּריוואַטן פֿאַרלעגער באָריס זײַטשיק. דער צונויפֿשטעלער און רעדאַקטאָר פֿון דער זאַמלונג איז דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער וועבזײַט – יואל מאַטוועיעוו.

אַ קורצע אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטצײַטיקער פּאָעזיע אויף ייִדיש מיט רוסישע איבערזעצונגען (42 לידער פֿון 17 דיכטער) איז אַרײַן אינעם אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן" פֿאַרן יאָר 2023. די נײַע מאָסקווער זאַמלונג שטעלט מיט זיך אָבער פֿאָר גאָר אַ וויכטיקן מײַלשטיין אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער דאָזיקער טעמע.

ווי עס ווערט דערקלערט אינעם אַרײַנפֿיר־וואָרט און אין דער הקדמה פֿון ד"ר וואַלערי דימשיץ, וועלכער האָט אויך אַקטיוו אָנטיילגענומען אינעם רעדאַגירן דאָס בוך, פּרעטענדירט ניט די זאַמלונג אויף דער ראָלע פֿון אַ פֿולער אַנטאָלאָגיע. דער טראָפּ ווערט געשטעלט אויפֿן פֿאַרשיידענעם עלטער, גענדער און סטיל פֿון די הײַנטציקע ייִדישע פּאָעטן, פּרעזענטירט ווי אַן אָרגאַנישע גאַנצהייט. דאָס בוך אַנטהאַלט 120 לידער פֿון 12 דיכטער, וואָס וווינען אין זיבן לענדער: לעוו בערינסקי, פֿעליקס חיימאָוויטש, מיכאל פֿעלזענבאַום, וועלוול טשערנין, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, ישׂראל נעקראַסאָוו, ברוריה וויגאַנד, שלום בערגער, יואל מאַטוועיעוו, מאַרעק טושעוויצקי, קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ און דוד־עומר כּהן.