Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

רחל פֿייגענבערגס זכרונות אויף ענגליש

דער פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקוזער אוניווערסיטעט האָט פֿאַרעפֿנטלעכט רחל פֿייגענבערגס זכרונות וועגן אירע קינדער־יאָרן אינעם קליינעם רײַסישן שטעטל לויבאַן, איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון טאַמאַראַ ט. העלפֿער.

אין 1905 איז רחל פֿייגענבער (1885–1972) געוואָרן איינע פֿון די ייִנגסטע ייִדישע שרײַבער, ווען איר אויטאָביאָגראַפֿישער ראַמאַן איז אַרויס ווי אַ המשך אינעם ליטעראַרישן זשורנאַל "דאָס לעבן". אין 1909 איז ער אָפּגעדרוקט געוואָרן ווי אַ בוך. אירע רעמאַנטיזירטע קינדהייט־זכרונות קומען פֿאָר אינעם אויסגעטראַכטן דאָרף בולין, אַרומגערינגלט מיט ווילדע זומפּן און וועלדער – אַ גאַנץ טיפּישער פּייזאַזש פֿאַר ווײַסרוסישע ייִדן אינעם סוף 19טן יאָרהונדערט.

העלפֿער האָט באַטיטלט איר איבערזעצונג "דער געשלענגלטער וועג" (The Winding Road). רחל פֿייגענבערגס ראָמאַן הייסט פּשוט "די קינדער־יאָרן". דאָס בוך שילדערט לעבעדיק און בילדעריש דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין אַ ייִדיש שטעטל. מיט יאָרן שפּעטער נאָך איר דעביוט־ראָמאַן איז זי געוואָרן איינע פֿון די ערשטע פֿרויען, וואָס האָבן פֿאַרדינט די רעפּוטאַציע פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדיש־שפּראַכיקע שרײַבערינס און זשורנאַליסטקעס.