נאָך אַ ראָמאַן פֿון באַשעוויסן
צום ערשטן מאָל אין אַ בוך־פֿאָרם
אינעם תּל־אָבֿיבֿער "לייוויק־פֿאַרלאַג" איז אין אָנהייב אויגוסט דערשינען יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "דער שאַרלאַטאַן". ביז איצט איז דער דאָזיקער ראָמאַן קיינמאָל ניט אַרויסגעגעגעבן געוואָרן אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרם. ער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין המשכים אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "פֿאָרווערטס" אין די 40ער יאָרן. שפּעטער איז "דער שאַרלאַטאַן" דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרם אין איבערזעצונגען אויף ענגליש, אויף פֿראַנצויזיש, אויף דײַטש, נאָר ניט אויף דער שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל. איצט סוף־כּל־סוף קאָנען ייִדיש־ליבהאָבער הנאה האָבן פֿון אָט דעם ראָמאַן פֿונעם נאָבעל־לאַורעאַט, ניט זיצנדיק אין אַ ביבליאָטעק איבער שטויסן פֿון אַלטע צײַטונגען.
ממש ניט לאַנג צוריק איז צום ערשטן מאָל דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרם אויף ייִדיש באַשעוויסעס ראָמאַן "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע", וועלכער איז אויך ביזן הײַנטיקן יאָרן צוטריטלעך געווען אויף ייִדיש בלויז אין המשכים אין "פֿאָרווערטס". דער ראָמאַן "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע" איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן שוועדיש־ייִדישן פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט".