דער צוקונפֿטיקער דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען אין תּל־אָבֿיבֿ
מיט פֿאַרגעניגן זענען מיר אײַך מודיע, אַז דעם 6טן יוני, 2023, וועט אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿאָרקומען די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון אַ נײַעם דענקמאָל לכּבֿוד דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם. די אונטערנעמונג וועט דורכגעפֿירט ווערן 3 – 3:45 אַזייגער נאָכמיטאָג בײַם בנין פֿונעם הומאַניטאַרן פֿאַקולטעט אויפֿן נאָמען פֿון לעסלער און סאַלי ענטין.
דער צוקונפֿטיקער דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען איז אַ מתּנה פֿון דער פֿונדאַציע Yiddish Heritage Preservation Foundation, געשאַפֿן דורך דעם גרינדער פֿון אונדזער וועבזײַט, ד״ר מאַרק זילבערקוויט. מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם פּלאַן אויפֿצושטעלן אַזאַ סטאַטוע. פֿאָלגט נאָך אונדזער נײַעס־אָפּטייל, וווּ עס וועט פּובליקירט ווערן די פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם מאָנומענט נאָך זײַן עפֿענונג.