Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

סימבאָל פֿון ייִדיש־קולטור אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

ווי מיר האָבן שוין איבערגעגעבן די לייענער פֿון אונדזער וועבזײַט, איז דעם 6טן יוני 2023 דערעפֿנט געוואָרן אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אַ דענקמאָל לכּבֿוד דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם. דאָס איז געווען דער הויכפּונקט פֿון אַן אוניקאַלן פּראָיעקט, וואָס האָט געדויערט איבער דרײַ יאָר. דעם מאָנומענט האָבן געגעבן במתּנה צוויי פֿאָנדן: Heritage Projects Foundation (פֿאַראייניקטע שטאַטן) און Yiddish Heritage Preservation Foundation ("פֿונדאַציע פֿאַרן אָפּהיטן די ירושה פֿון ייִדיש", ישׂראל). אַחוץ אַנדערע וויכטיקע איניציאַטיוון פֿון די דאָזיקע פֿונדאַציעס, איז אונדזער וועבזײַט אויך אַ רעזולטאַט פֿון זייער טעטיקייט.

די צערעמאָניע איז דורכגעפֿירט געוואָרן בראָש מיט דער אוניווערסיטעט־אַדמיניסטראַציע. עס זענען בײַגעווען דער פּרעזידענט פֿונעם אַנשטאַלט, פּראָפֿעסאָר אַריאל פּורת, דער וויצע־פּרעזידענט עמוס אלעד און דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם "אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס" יעקבֿ בן־חיים. צווישן די אויפֿטרעטער זענען געווען: פּראָפֿ׳ פּורת, לעאָנאַרד בלאַוואַטניק (דער גרינדער פֿון דער "בלאַוואַנטיק־פֿונדאַציע"), דער פּרעזידענט פֿון דער "פֿונדאַציע פֿאַרן אָפּהיטן די ירושה פֿון ייִדיש" ד״ר מאַרק זילבערקוויט און ד״ר יאיר ליפּשיץ. אויף דער צערעמאָניע זענען אויך געקומען אַ ריי אַנדערע פּראָפֿעסאָרן און אוניווערסיטעט־לעקטאָרן, חשובֿע געסט, אַרײַנגערעכנט אַלכּסנדר טשערנאָוו, דער פּלימעניק פֿונעם דענקמאָל־שאַפֿער יורי טשערנאָוו, ווי אויך דזשוליע זילבערקוויט, די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿון דער "פֿונדאַציע פֿאַרן אָפּהיטן די ירושה פֿון ייִדיש".

ד״ר מאַרק זילבערקוויט האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט און אַנטציקטקייט וועגן דער נײַער צווישן־דיסציפּלינאַרער פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש־קולטור, וואָס ער האָט געגרינדעט ניט לאַנג צוריק. אָנהייבנדיק פֿונעם קומענדיקן יאָר 2023 – 2924, וועט מען צו דער אַקאַדעמישער פּראַקטיק פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט צוגעבן ספּעציעלע שטודיעס מיטן טראָפּ ניט נאָר אויף דער ייִדישער שפּראַך גופֿא, נאָר אויך אויף חידושדיקע אופֿנים צו איר געשיכטע. אַלס עיקר־מאַטעריאַלן וועט מען באַנוצן ד״ר זילבערקוויטס וויכטיקע אַנטדעקונגען פֿון פֿריִער אומבאַקאַנטע אָדער כּמעט פֿאַרגעסענע מוזיקאַלישע, טעאַטראַלישע, ליטעראַרישע און קונסט־ווערק. מיט דער פּראָגראַם וועלן אָנפֿירן ד״ר יאיר ליפּשיץ און ד״ר רותי אַבעליאָוויטש.

נאָך דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָט ד״ר מאַרק זילבערקוויט פֿאָרגעשטעלט דעם פֿאַרזאַמלטן עולם אונדזער וועבזײַט: Yiddish-Culture.com.

פֿון רעכטס אויף לינקס: אַבֿי פֿישער, לעאָנאַרד בלאַוואַטניק, אַריאל פּורת, מאַרק זילבערקוויט, דזשוליע זילבערקוויט, עמוס אלעד, פּיטער טאָרען.

בילדער: יובֿל יוסף