משה בערעגאָווסקי
ביאָביבליאָגראַפֿיע
פּובליקירטע ווערק
ווענדונג צו ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן
(טיפּסקריפּט פֿון 1952)
בריוו צו אַ. ש. גורשטיין
(מאַנוסקריפּט פֿון 1939)
משה בערעגאָווסקי קול
(ניגון)
משה בערעגאָווסקי (1892 – 1961) איז געווען אַ פֿאָרגעשריטענער טוער פֿון דער סאָוועטישער מוזיק־קענטעניש, אַ געלערנטער, וואָס האָט פּראַקטיש איינער אַליין געבויט די ייִדישע מוזיקאַלע פֿאָלקלאָריסטיק. די געזאַמלטע דורך אים קאָלעקציע, וועלכע שליסט אין זיך אײַן ייִדישע זינגלידער און כּלי־זמרישע מעלאָדיעס, חסידישע ניגונים און פֿאַרשרײַבונגען פֿון פּורים־שפּילן, איז אַנערקענט ווי אַן אוניקאַלער בײַטראָג אינעם אָפּהיטן און דערלערנען די ייִדישע טראַדיציאָנעלע מוזיק.
בערעגאָווסקין איז אויסגעקומען זיך פֿאַרנעמען מיט די פֿאָרשונגען אין באַדינגונגען פֿון סטאַלינס און דערנאָך כרושטשאָווס הערשונג, ווען די מאַכט־אָרגאַנען האָבן קאָנסעקווענט געפֿירט אַ קאַמף קעגן "רעליגיעזער פּראָפּאַגאַנדע", "נאַציאָנאַליזם", און נאָך דער מלחמה – אויך קעגן "קאָסמאָפּאָליטיזם". אין דעם צוזאַמענהאַנג איז די איבערוועגנדיקע מערהייט פֿון זײַנע אַרבעטן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן און זײַן שעפֿערישע ירושה איז אַ לענגערע צײַט געבליבן פּראַקטיש אומבאַוווּסט. אָבער זינט דעם סוף 80ער יאָרן זײַנען איינע נאָך דער אַנדערער דערשינען די עיקרדיקע אַרבעטן פֿונעם געלערנטן, וועלכע האָבן דערוואָרבן אַ ברייטע צווישנפֿעלקערלעכע אַנערקענונג.
בערעגאָווסקי האָט אַזוי, ווי אַ סך אַנדערע זײַנע מיטצײַטלער, ניט אויסגעמיטן רעפּרעסיעס. דעם 18טן אויגוסט 1950 איז ער אַרעסטירט געוואָרן מיט אַ באַשולדיקונג אין נאַציאָנאַליסטישער טעטיקייט און פֿאַראורטיילט געוואָרן "פֿאַר אַנטיסאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע און אַגיטאַציע און אָנטייל אין אַ קאָנטררעוואָלוציאָנערער אָרגאַניזאַציע" צו 10 יאָר פֿון לאַגערן. דעם 15טן מערץ 1955 איז משה בערעגאָווסקי באַפֿרײַט געוואָרן. נאָכן באַקומען אַ רעהאַביליטאַציע האָט ער זיך אומגעקערט צו זײַנע אַרבעטן.
דער סך־הכּל פֿון משה בערעגאָווסקיס וויסנשאַפֿטלעכער מי, וועלכע האָט זיך פֿאָרגעזעצט כּמעט אַ האַלב יאָרהונדערט, איז געוואָרן די זאַמלונג "ייִדישער מוזיקאַלער פֿאָלקלאָר" אין 6 בענדער, אין וועלכער מאַטעריאַלן פֿון עקספּעדיציעס זײַנען דער גרונט פֿאַר אַ טיף טעאָרעטיש באַזיניקן די ייִדישע קולטור. דאָס אַרויסלאָזן די דאָזיקע אַרבעט אין אַן איינהײַטלעכער אַקאַדעמישער אויפֿלאַגע איז נאָך אין דער צוקונפֿט.