Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

דער 26טער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד

במשך פֿון דרײַ טעג – זינט דעם 4טן ביזן 6טן סעפּטעמבער האָט אין טריר געאַרבעט דער26טער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד. די דאָזיקע יערלעכע וויסנשאַפֿטלעכע אונטערנעמונג ווערט בשותּפֿותדיק אָרגאַניזירט דורכן אוניווערסיטעט פֿון טריר און היינריך הײַנע אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף, וווּ עס עקזיסטירן באַשטענדיקע פּראָגראַמען פֿאַר ייִדיש־שטודיעס. טראָץ זײַן נאָמען, איז דער סימפּאָזיום גאָר ניט ריין אָרטיקער, נאָר אַ צווישנפֿעלקערלעכער אַקאַדעמישער פֿאָרום. למשל, האַיאָר האָבן אין אים גענומען אַן אָנטייל, חוץ ייִדיש־פֿאָרשער פֿון דײַטשלאַנד, אויך זייערע קאָלעגן פֿון ישׂראל, פּוילן, פֿראַנקרײַך און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

ס'איז וויכטיק צו באַצייכענען, אַז הײַנט־צו־טאָג איז דער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד דער איינציקער אין דער וועלט רעגולערער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרום, וווּ רעפֿעראַטן ווערן פֿאָרגעשטעלט און באַהאַנדלט אויף ייִדיש. דער סימפּאָזיום האָט צוויי אַרבעטס־שפּראַכן: ייִדיש און דײַטש. פֿון די 22 רעפֿעראַטן פֿאָרגעשטעלטע אויפֿן 26טן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד אויף ייִדיש האָט מען געהאַלטן 10. אַ טייל פֿון זיי וועלן פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אינעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד". אַזוי איז עס געווען אויך מיט מאַטעריאַלן פֿונעם פֿאַראַיאָריקן סימפּאָזיום.