ייִדיש: אַ גלאָבאַלע קולטור – אַ נײַע אויסשטעלונג אין אַמהערסט
צווישן די הונדערטער אויסגעשטעלטע עקספּאָנאַטן זענען דער 18־פֿוסיקער קאָליריקער מוראַל פֿונעם "גלאָבאַלן ייִדישלאַנד", וואָס ס׳האָט געשאַפֿן דער קינסטלער־אילוסטראַטאָר מאַרטין האַאַקע, אַ מיקראָגראַפֿישער פּאָרטרעט פֿונעם ייִדישיסט־רעוואָלוציאָנער חיים זשיטלאָווסקי, וואָס דער בוענאָס־אײַרעסער טעקסטיל־אַרבעטער גדליה טענענבוים האָט צונויפֿגעשטעלט פֿון זשיטלאָווסקיס טעקסטן, אָנגעשריבן מיט פּיצל־קליינטשיקע אויתיות, און אַ רעקאָנסטרוקציע פֿון יצחק־לייבוש פּרצעס דירה אין וואַרשע, וווּ אינעם סאַמע אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט געבליט אַ באַרימטער סאַלאָן פֿון ייִדישע שרײַבער.
אויף דער עפֿענונג־פּראָגראַם זענען אויפֿגעטראָטן אַ צאָל אַרטיסטן, אַרײַנגערעכנט די אַקטריסע, דראַמאַטורגין און איבערזעצערין קאַרעד אָ׳ברײַען, וועלכע האָט אויסגעשפּילט אויף ייִדיש אַ מאָנאָלאָג פֿון יוסטינע – די יונגע פּויליש־ייִדישע פֿרוי פֿון שלום אַשס פּיעסע "משיחס צײַטן". אָנגעשריבן אין 1905, איז אַשס דראַמע מאָמענטאַל איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש און געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג אין פּעטערבורג, אויפֿגעפֿירט דורך דער גרויסער אַקטריסע וועראַ קאָמיסאַרזשעווסקאַיאַ.
אָ׳ברײַען האָט איבערגעזעצט די דאָזיקע דראַמע אויף ענגליש און ניט לאַנג צוריק, אין מײַ, האָט זי אויפֿגעפֿירט אַלס ראַדיאָ־ספּעקטאַקל. אינעם זעלבן חודש איז אַרויס איר טרילאָגיע פֿון אַשס דראַמעס "גאָט פֿון נקמה", "מאָטקע גנבֿ" און "דער טויטער מענטש". די אַקטריסע איז אויפֿגעוואַקסן אין אירלאַנד; אין איר משפּחה האָט מען גערעדט אויף איריש און ליב געהאַט צו דערציילן פֿאַרצײַטישע פֿאָלקס־מעשׂיות. איר ביאָגראַפֿיע איז אַן אויסגעצייכנטער בײַשפּיל פֿון דער אויסשטעלונג־טעמע: דאָס גלאָבאַלע חשיבֿות פֿון דער ייִדיש־קולטור, וואָס ציט צו ענטוזיאַסטן פֿון אַרום דער גאָרער וועלט.
Photo: Official Facebook page of the Yiddish Book Center in Amherst