Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

נײַע אויפֿלאַגע פֿון דער מאָנאָגראַפֿיע "ייִדיש"

דער מינכענער פֿאַרלאַג C.H.Beck האָט אַרויסגעלאָזט די צווייטע אויפֿלאַגע פֿון דער דײַטשיש־שפּראַכיקער מאָנאָגראַפֿיע Jiddish. Geschichte und Kultur einer Weltsprache ("ייִדיש. געשיכטע פֿון אַ וועלט־שפּראַך”). אינעם בוך ווערט אַרומנעמיק געשילדערט די געשיכטע פֿון ייִדיש־קולטור. די מחברים זײַנען די פּראָפֿעסאָרין פֿונעם דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעט מאַריאָן אַפּטראָד און דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם הײַדלבערגער אוניווערסיטעט ראָלאַנד גרושקאַ. די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון דער מאָנאָגראַפֿיע איז דערשינען אין 2010.