לכּבֿוד שמוליק עצמון
דעם 17טן פֿעברואַר איז אינעם תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער "הבימה" פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע אונטערנעמונג לכּבֿוד איינעם פֿון די אַמערסטן באַוווּסטע וועטעראַנען פֿון דער ישׂראלדיקער בינע, דעם שוישפּילער און רעזשיסער שמוליק (שמואל) עצמון (געב. אין 1929). ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די דאָזיקע אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין "הבימה", וואָס דינט ווי אַ סימבאָל פֿון דער העברעיִשער טעאַטראַלער קונסט, האָט זי געטראָגן דעם נאָמען "חולם בייִדיש" ("איך חולם אויף ייִדיש"), אַזוי ווי דאָס בוך פֿון שמוליק עצמונס זכרונות, וואָס איז דערשינען פֿאַראַיאָרן.
די פֿײַערלעכע אונטערנעמונג איז געגאַנגען אויף צוויי שפּראַכן – העברעיִש און ייִדיש און האָט אין זיך אײַנגעשלאָסן אַרויסטרעטונגען פֿון אַקטיאָרן פֿונעם טעאַער "הבימה", אין וועלכן שמוליק עצמון האָט געשפּילט אַ סך יאָרן, און פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל", וועלכן ער האָט געגרינדעט אין 1987 כּדי פֿאַרווירקלעכן זײַן חלום וועגן אָפּהיטן און אַנטוויקלען די טעאַטראַלע טראַדיציע אויף ייִדיש.