נײַעס פֿון ביראָבידזשאַן

די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אינעם יאָר 1934. במשך פֿונעם קומענדיקן יאָר פּלאַנירט מען לכּבֿוד איר 90־יאָריקן יוביליי דורכצופֿירן אין ביראָבידזשאַן אַ ריין פֿײַערלעכע אונטערנעמונגען. דעם 18טן אָקטאָבער האָט "ביראָבידזשאַנער שטערן" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערוויו מיט יואל מאַטוועיעוון וועגן בוזי מילערס פּיעסע "ער איז פֿון ביראָבידזשאַן", וועלכע מאַטוועיעוו האָט ניט לאַנג צוריק איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רוסיש. די דאָזיקע אוניקאַלע איבערזעצונג איז געווידמעט דווקא דעם יוביליי פֿון דער געגנט. אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, האָט מילער (1913 – 1988) געוווינט אין ביראָבידזשאַן און במשך פֿון אַ סך יאָר געאַרבעט אַלס הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג.