Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אַ בוך וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין שפּעטן ראַטנפֿאַרבאַנד

אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿאַרלאַג "בית נעלי" איז דערשינען אויף רוסיש אַ דאָקומענטאַל בוך פֿונעם געוועזענעם אַקטיאָר פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן דראַמאַטישן אַנסאַמבל (זינט 1988 – דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום") אַלכּסנדר טשערנאָוו. דאָס בוך הייסט "מײַן ייִדישער טעאַטער". דער דאָזיקער וואָגיקער (450 זײַטן פֿון טעקסט און בײַ 350 אילוסטראַציעס) באַנד איז געווידמעט כּמעט פֿולקום דער געשיכטע פֿון אָט דעם שעפֿערישן קאָלעקטיוו, וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1962 דורך אַ גרופּע פֿון געוועזענע אַקטיאָרן פֿונעם ליקווידירטן אין 1949 מיכאָעלסעס "גאָסעט" (דער מאָסקווער ייִדישער מלוכה־טעאַטער) בראָש מיט בנימין שוואַרצער.

אַלכּסנדר טשערנאָוו, וועלכער וווינט איצט אין ישׂראל, געהערט צו דעם ייִנגערן, דעם לעצטן דור ייִדישע מאָסקווער אַקטיאָרן, וועלכע האָבן געשפּילט אויף ייִדיש (אין די לעצטע 30 יאָר איז רוסיש געוואָרן פֿאַקטיש די אייציקע שפּראַך פֿונעם טעאַטער "שלום"). אַן אויסצוג פֿון זײַן בוך איז פֿריִער פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף ייִדיש אינעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד". לויט מאַטעריאַלן פֿון דעם בוך האָט אַלכּסנדר טשערנאָוו געמאַכט אויך אַ דאָקומענטאַלן פֿילם אויף רוסיש "דער מאָסקווער ייִדישער דראַמאַטישער אַנסאַמבל", וועלכער איז צוטריטלעך אין יוטוב. אויף ביראָבידזשאַנער טעלעוויזיע איז דער פֿילם געגאַנגען מיט טיטרען אויף ייִדיש.