Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

קאָנצערט: "אין אַ טונקל־בלויער נאַכט"

דעם 28סטן מאַרץ האָט ייִוואָ דורכגעפֿירט אַן אומזיסטן קאָנצערט – די פּרעמיערע פֿון צוויי נײַע ציקלען לידער אויף ייִדיש מיטן נאָמען "אין אַ טונקל־בלויער נאַכט", וואָס דער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַזער האָט געשאַפֿן אָדער אויף אַ חידושדיקן אופֿן אַראַנזשירט אויף די ווערטער פֿון פּאָעטישע ווערק פֿון פֿאַרשיידענע דיכטער, אָנגעשריבן אינעם שפּעטיקן 19טן און פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט. די זינגערין אַני ראָזען האָט זיי אויסגעפֿירט מיטן אַקאָמפּאַנימענט פֿון אַ קאַמער־אָרקעסטער. ווײַזערס נײַער קאָנצערט איז געווידמעט ניו־יאָרק און דעם גורל פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן, וועלכע זענען מיט איבער 100 יאָר צוריק אָנגעקומען פֿון מיזרח־אייראָפּע קיין אַמעריקע. אַ פֿריִערע ווערסיע פֿון דער קאָנצערט־פּרעמיערע, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 26סטן מאַרץ אינעם ניו־יאָרקער "טענעמענט־מוזיי", איז פֿרײַ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ.