Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

זשורנאַל "איבערזעץ" נומ. 3

אין מאַרץ 2023 איז דערשינען דער 3טער נומער פֿונעם זשורנאַל "איבערזעץ". דעם דאָזיקן זשורנאַל, וואָס איז פֿולקום געווידמעט ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, רעדאַגירן און לאָזן אַרויס סטודענטן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אינעם געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער נײַער נומער שליסט אין זיך אײַן איבערגעזעצטע ווערק פֿון שלום־עליכם, אהרן צייטלין, יעקבֿ גלאַטשטיין, ה. לייוויק, אַנע מאַרגאָלין, בער האָראָוויץ, בנימין הרשבֿ און יאָסל בירשטיין.