Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

נײַע רעקאָרדירונגען פֿון פּסוי קאָראָלענקאָ

דער באַוווּסטער מוזיקער פּסוי קאָראָלענקאָ און די ניו־יאָרקער ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע "אַרבעטער־רינג" האָבן זיך אויסשליסלעך מיט אונדז געטיילט מיט צוויי ווידעאָס, וואָס זענען צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף אונדזער וועבזײַט. אויף איין ווידעאָ שפּילט קאָראָלענקאָ אויס און זינגט דאָס ליד "אָ, איר קליינע ליכטעלעך" אויף מאָריס ראָזענפֿעלדס ווערטער און הערמאַן־צבֿי ערליכס מוזיק. אינעם צווייטן קליפּ לייענט דער מוזיקער פֿאָר לייב נײַדוסעס איבערזעצונג פֿון אַלעקסאַנדר פּושקינס ליד "ווינטער־אָוונט".

ראָזענפֿעלד (1862 — 1923) און נײַדוס (1890 — 1918) זענען געווען גרויסע און וויכטיקע ייִדישע דיכטער. פּסוי קאָראָלענקאָ איז אַ גוט באַקאַנטער הײַנטצײַטיקער זינגער און אויסשפּילער פֿון ייִדישע לידער, אַ פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אין 2019, צוזאַמען מיט דער טאָראָנטער פֿאָרשערין ד״ר אַנאַ שטערנשיס, איז ער נאָמינירט געוואָרן אויף אַ "גרעמי"־פּריז פֿאַרן פּראָיעקט Yiddish Glory, באַגרינדעט אויף ייִדישע לידער, געשאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.