Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

בערל קאָטלערמאַנס נײַ בוך

אינעם שוועדישן פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט", וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויפֿן אַרויסגעבן ביכער אויף ייִדיש, איז דערשינען אין יולי אַ זאַמלונג דערציילנונגען פֿון בערל קאָטלערמאַן אונטערן טיטל "קוידערוועלש".
דאָס איז שוין דאָס פֿערטע פּראָזע־בוך פֿון דעם הײַנטצײַטיקן ישׂראלדיקן ייִדישן פּראָזאַיִקער, וועלכער האָט דעביוטירט אין אָנהייב פֿון די 90ער יאָרן אַלס זשורנאַליסט אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן".