אונדזערע לייענער שרײַבן: לידער פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ
קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, אַ יונגע בערלינער דיכטערין, האָט אונדז צוגעשיקט אירע לידער, מיר זאָלן זיי צום ערשטן מאָל פּובליקירן אויף אונדזער וועבזײַט. מיר לייגן אויך פֿאָר די לייענער רוסישע איבערזעצונגען פֿון אירע ווערק, געשאַפֿן דורכן פּאָעט יואל מאַטוועיעוו.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז דער ערשטער בײַשפּיל פֿון פֿילצאָליקע אָריגינעלע ליטעראַרישע ווערק אויף ייִדיש, וואָס מיר האָבן שוין באַקומען פֿון אונדזערע לייענער. די בעסטע פֿון זיי וועלן מיר אָפּקלײַבן, מפֿרסם זײַן דאָ – און דערנאָך אַרומרעדן צוזאַמען אין סאָציאַלער מעדיאַ. מיר בעטן אונדזערע לייענער צו טיילן זיך מיט אונדז מיט זייערע שאַפֿונגען אויף ייִדיש: לידער, דערציילונגען, זכרונות אָדער איבערזעצונגען אויף ייִדיש פֿון וועלכע־ניט־איז אַנדערע שפּראַכן. שיקט אײַערע ווערק אויפֿן בליצאַדרעס info@yiddish-culture.com. פֿאָלגט נאָך די וועבזײַט־חידושים!
קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ איז געבוירן געוואָרן אין 1989 אין מאָסקווע. ייִדיש האָט זי אָנגעהויבן לערנען בײַ 20 יאָר, דערנאָך האָט זי שטודירט די שפּראַך אין ירושלים. זינט 2016 וווינט זי אין בערלין, וווּ זי פֿירט ייִדיש־לימודים און כּסדר באַטייליקט זיך אינעם קולטורעלן לעבן פֿון די אָרטיקע ייִדישיסטן, וואָס זייער קרײַז האַלט אין די לעצטע יאָרן אין איין וואַקסן. לידער אויף ייִדיש האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן אין 2018.
ניט לאַנג צוריק האָט קוזנעצאָוואַ דעביוטירט מיט אירע לידער אינעם ליטעראַרישן זשורנאַל "ייִדישלאַנד". ממש איינצײַטיק מיט אָט דער פּובליקאַציע אויף אונזדער וועבזײַט, זענען אַ צאָל אַנדערע לידער אירע דערשינען אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" אויף ייִדיש און אין רוסישער איבערזעצונג.
קוזנעצאָוואַס דיכטונג איז דערפֿרישנדיק, באַגאַבט און פֿאַרשיינדאַרטיק. עס שפּירט זיך איר טיפֿע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער און וועלט־פּאָעזיע. די לירישע טעמעס פֿון ליבע און נאַטור ווערן אָרגאַניש קאָמבינירט מיטן פֿילאָסאָפֿישן התבוננות וועגן דעם לעבן און טויט, קאָסמישע כּוחות און דער מאַגיע פֿון מענטשלעכע באַציִונגען.
קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ
אַ פֿאַרבעטונג אױף אַ װיגליד
נעם מיך אַרום און טרײַב זשע אַװעק
מײַנע סטראַשנע חלומות, צער און שרעק.
נעם מיך אַרום און װײַז מיר דעם װעג
צום סוף רעגנבױגן, צום קאָסמאָס־ברעג.
און מיר װעלן פֿליען,
אַזױ אָן שום צװעק,
איבער ליכטיקן הימל
אױף אַ קאָמעטע־עק.
ס'איז דער שענסטער טרױם מײַנער,
ס'איז אַ פֿרײד אָן קײן פֿלעק.
נעם מיך גיכער אַרום
און לאָז מיך נישט אַװעק.
***
מיר זענען דער שטורעם
דער וויכער וואָס טראָגט זיך
צווישן פּלאַנעטן
אין קאָסמישער פּוסטקייט.
מיר ווערן געשאַפֿן
פֿון שטערן־שטויב
און טיילכלעך ליכט.
אויסער דער צײַט
אויסערן רוים
אויסערן מענטשלעכן גוף.
מיר זענען דער שטורעם.
זומערדיקער זונשטאַנד
איך בין דער יצר־הרע פֿונעם װאַלד
לפּחות הײסט מען מיך אַזױ
און לױפֿט אַװעק
און שעפּטשעט תּפֿילות
װען באמת בענקט נאָך מיר
און האָפֿט שטאַרק אױף מײַן גמילות
כאָטש האָט צו מיר נישט קײן צוטרױ.
איך בין די מלכּה פֿונעם גרינעם קיניגרײַך.
הײַנט פּראַװע איך מײַן חתונה
איך גײ פּאַװאָליע
צו דעם מזבח אינעם בײמער־קאַטעדראַל
איך טראָג אַ קרױן פֿון פֿעדערגראָז
אַ בלומען־קלײד ,אַ פּאָװעטינע־שאַל,
און שמײכל צו מײַן דאָליע.
מײַן חתן שטײט, באַדעקט מיט זונען־שײַן
איך ציטער און איך ברען פֿון גלוסט
איך אײַל אים זיך אינגאַנצן אָפּצוגעבן
ער איז אַלײן דער זומער
און די לוסט,
ער הײסט די ליבע
און ער הײסט דאָס לעבן.
19/06/2023