נײַע רוסישע איבערזעצונגען פֿון לייב קוויטקאָ
דער פּעטערבורגער פֿאַרלאַג Jaromír Hladík press האָט אַרויסגעגעבן לייב קוויטקאָס לידער־זאַמלונג "1919" אויף רוסיש. אַ גאַנצער צעך נײַע איבערזעצער, בערך אַ צענדליק מענטשן, האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּובליקאַציע. זיי האָבן געלערנט ייִדיש אויפֿן ספּעציעלן סעמינאַר, וואָס איז דורך אין פּעטערבורג פֿון 2021 ביז 2023. דער סעמינאַר איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקאַ" בײַם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט פֿון פּעטערבורג, בראָש מיטן דיכטער איגאָר בולאַטאָווסקי. די ייִדיש־לימודים האָבן געפֿירט וואַלערי דימשיץ און אַלעקסאַנדראַ גלעבאָווסקאַיאַ – צוויי גוט באַוווּסטע ליטעראַטור־קענער און איבערזעצער.
קוויטקאָ (1890-1952) איז צום מערסטן באַקאַנט דעם רוסישן לייענער ווי אַ קינדער־פּאָעט, נאָר די הײַנטיקע זאַמלונג האָט גאָר אַן אַנדער טעם. דאָס איז אַן אויסגעצייכנטער דענקמאָל פֿון עקספּרעסיאָניסטישער פּאָעזיע און אַן גבֿית־עדות צו פּאָגראָמען אויף ייִדן, וואָס האָבן אויסגעבראָכן אין אוקראַיִנע אינעם יאָר 1919.
מיר דערמאָנען אײַך, אַז אויף אונדזער וועבזײַט קאָנט איר איבערלייענען אויף ייִדיש קוויטקאָס "אַלף־בית" אין גראַמען, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אינעם יאָר 1947. דאָס בוך ווערט באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קינסטלער מיכאַיִל יאָ (מאיר יפֿה). הינטערן כּמו־קינדערישן אויסזען באַהאַלטן זיך אויך מאָטיוון פֿאַר דערוואַקסענע, צומאָל דורכגעזאַפּטע מיט אַ טראַגישן טאָן… ווי באַקאַנט, איז דער דיכטער אין 1952 געפֿאַלן אַ קרבן פֿון סטאַלינס רדיפֿות – דערשאָסן צוזאַמען מיט די אַנדערע גרויסע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט.