"די לעמבערגער מאַשין"
דעם 19טן יאַנואַר, 2024, איז אַ פּרעמיערע פֿונעם פֿולמעסיקן אַנימאַציע־פֿילם "די לעמבערגער מאַשין" פֿאָרגעקומען אינעם בערלינער קינאָ־טעאַטער "קינאָ באַבילאָן". דער פֿילם איז געווידמעט דעם טראַגישן גורל פֿון ייִדן אין לעמבערג. אַ ממשותדיקער טייל פֿון די סצענעס ווערט באַגלייט מיט טעקסטן אויפֿן גערעדטן גאַליציאַנער דיאַלעקט פֿון ייִדיש, צוגעגרייט דורך הײַנטצײַטיקע מומחים.
די רעזשיסאָרין פֿונעם פֿילם, די אוקראַיִנישע קינסטלערין דאַנע קאַוועלינאַ, האָט במשך פֿון אַ סך יאָר געוווינט אין לעמבערג. איצט וווינט זי אין דײַטשלאַנד. די פֿאַנטאַסטישע מאַשין אין איר פֿילם דערמעגלעכט צו הערן די קולות פֿונעם עבֿר און פֿון יענער וועלט, צו זען מאָדנע און שרעקעדיקע סצענעס, וואָס דערציילן וועגן מלחמה און רעוואָלוציע, אוטאָפּיע, תּשובֿה און דעם קץ אינעם גאַנצן אוניווערס.