Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

זכרונות וועגן דעם טעאַטער "מזל־טובֿ"

אינעם קיִעווער פֿאַרלאַג "דוך אי ליטעראַ" איז דערשינען אויף אוקראַיִניש אַ בוך מיטן טיטל "געאָרגי מעלסקיס קיִעווער ייִדישער טעאַטער "מזל־טובֿ" אין זכרונות פֿון אָנטיילנעמער". אין דעם באַנד זײַנען אײַנגעשלאָסן זכרונות פֿון אָנטיילנעמער פֿון דעם דאָזיקן פּראָפֿעסיאָנעלן שעפֿערישן קאָלעקטיוו, וועלכער האָט געאַרבעט אויף ייִדיש אין דער הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע זינט 1988 ביז 1995. די ערשטע שטעלונג פֿון דעם טעאַטער איז געווען שלום־עליכמס פּיעסע "דער בלוטיקער שפּאַס אָדער שווער צו זײַן אַ ייִד". דאָס בוך איז אילוסטרירט מיט פֿאָטאָ־בילדער פֿון אַקטיאָרן, אַפֿישן, סצענעס פֿון ספּעקטאַקלען. די צונויפֿשטעלערין פֿון דעם בוך איז סוויטלאַנאַ סימאַקאָוואַ.