לכּבֿוד משה־דוד גיסער
דעם 8טן פֿעברואַר, 2024, האָט דער תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־צענטער "לייוויק־הויז" דורכגעפֿירט אַן אָוונט לכּבֿוד דעם ייִדיש דיכטער, זשורנאַליסט און שרײַבער משה־דוד גיסער. בראָש מיטן דירערטאָר פֿונעם הויז, דניאל גלאַי, האָבן זיך באַטייליקט דרײַ הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעטן: דוד עומר־כּהן (אַמסטערדאַם), קאַטערינע קוזנעצאָוואַ און דזשייק שנײַדער (בערלין).
משה־דוד גיסער (1893 – 1952) איז געבוירן געוואָרן אינעם פּוילישן שטעלט ראַדאָם. זײַנע ערשטע לידער אויף ייִדיש האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1921. אָנהייבנדיק פֿון 1921 האָט ער געוווינט אין בוענאָס־אײַרעס. דאָרט איז אינעם זעלבן יאָר דערשינען זײן ערשטע לידער־זאַמלונג פֿאַר קינדער, "פֿלעמעלעך און פֿײַערלעך". שפּעטער האָט ער געוווינט אין סאַנטיאַגאָ, טשילע. דער "בית־לייוויק" האָט אַרויסגעשטעלט אין יוטוב אַ רעקאָרדירינג פֿון דער אונטערנעמונג.