Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש־קאָנצערט אין ניזשני נאָווגאָראָד

אין ניזשני נאָווגאָראָד, איינע פֿון די וויכטיקסטע און גרעסטע רוסלענדישע שטעט, איז דעם 23סטן נאָוועמבער, 2023, פֿאָרגעקומען אינעם שטאָטישן טעאַטער פֿון אָפּערע און באַלעט אַ קאָנצערט מיטן נאָמען "מנורה־מוזיק", וווּ דרײַ זינגערינס, יוליאַ סיטניקאָוואַ, אַנאַסטאַסיִאַ דזשילאַס און סוועטלאַנאַ פּאָלזיקאָוואַ, האָבן אויסגעזונגען אַ ריי ייִדישע לידער אויף דער מוזיק פֿון אַלכּסנדר קריין, משה ווײַנבערג און יואל ענגעל. צווישן די מחברים פֿון די לידער־ווערטער זענען גרויסע דיכטער: איזי כאַריק, אַהרן קושניראָוו און יצחק־לייבוש פּרץ.

דאָס ליד "מאַך צו די אייגעלעך" האָט אַנאַסטאַסיִאַ דזשילאַס איבערגעחזרט אויף “ביס”. די טראַגיש אומגעקומענע שאַפֿער פֿונעם ליד, דער פּאָעט ישעיה שפּיגל און דער קאָמפּאָזיטאָר דוד בייגעלמאַן, האָבן עס אָנגעשריבן אין דער לאָדזער געטאָ נאָך די דעפּאָרטאַציע פֿון דאָרט פֿאַרשפּאַרטע קינדער אין אַ טויט־לאַגער.

צו ווײַזן דעם עולם די גרויסע גלאָבאַלע ווערט פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל און ייִדיש־קולטור בפֿרט, זענען אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם בכּיוון אײַנגעשלאָסן געוואָרן אַ ריי ווערק פֿון ניט־ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן אויף ייִדישע טעמעס: פֿון ראָבערט שומאַן, סערגיי פּראָקאָפֿיעוו און מאָריס ראַוועל.