Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אַבֿרהם רייזענס דערציילונגען אויף רוסיש

פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן"

אינעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "קניזשניקי" איז נאָר וואָס דערשינען אין איבערזעצונג אויף רוסיש אַ גרויסע זאַמלונג דערציילונגען פֿון אבֿרהם רייזענען (1876 – 1953) אונטערן טיטל "אַזעלכע מענטשן זײַנען געווען פֿריִער". אבֿרהם רייזען איז געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין ווײַסרוסלאַנד. זענענדיק נאָך אַ יונג, האָט ער אָנגעהויבן פֿאַרעפֿנטלעכן אַרטיקלען, דערציילונגען און לידער אין דער ייִדישער פּעריאָד. אין 1908 האָט אבֿרהם רייזען אָנטיילגענומען אין דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ. אין 1911 האָט ער עמיגרירט קיין פֿש"אַ, וווּ ער האָט אַ סך יאָרן אַקטיוו מיטגעאַרבעט מיטן זשורנאַל "די צוקונפֿט" און מיט דער צײַטונג "פֿאָרווערטס". אַברהם רייזען איז געווען זייער אַ פּראָדוקטיווער מחבר, ער האָט געשריבן פּראָזע, דראַמאַטורגיע און פּאָעזיע.

זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט אין אַ ריי שפּראַכן, בתוכם אויף ענגליש, העברעיִש און רוסיש, אָבער זינט די 30ער יאָרן זײַנען קיין שום אבֿרהם רייזענס ביכער אויף רוסיש ניט דערשינען. אַזוי אַרום האָט דער פֿאַרלאַג "קניזשניקי" דערמעגלעכט דעם רוסישן לייענער אַ באַנײַטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם דאָזיקן ייִדישן שרײַבער. מע מוז באַזונדערס אונטערשטרײַכן, אַז עס גייט ניט קיין רייד וועגן איבערדרוקן אַלטע איבערזעצונגען. די זאַמלונג "אַזעלכע מענטשן זײַנען געווען פֿריִער" האָט איבערגעזעצט אין רוסיש דער הײַנטצײַטיקער פּעטערבורגער ייִדישער דיכטער און אַ באַשטענדיקער מחבר פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן" ישׂראל נעקראַסאָוו, וועלכער איז שוין גוט באַוווּסט געוואָרן מיט זײַנע פּרעכטיקע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

וו. פּיריאַטינסקי