Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

רובינליכט־פּריזן און יעווגעני קיסינס קאָנצערט

צוויי וויכטיקע אונטערנעמונגען זענען פֿאָרגעקומען אינעם תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־צענטער "לייוויק־הויז": די יערלעכע צערעמאָניע פֿונעם צוטיילן די רובינליכט־פּריזן דעם 17טן דעצעמבער און דער לעבעדיקער אָנלײַן־אויפֿטריט פֿונעם וועלט־באַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסין, וועלכער האָט דעם 21סטן דעצעמבער פֿאָרגעלייענט זײַנע לידער אויף ייִדיש.
דער יערלעכער פּריז פֿון דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ און לייב רובינליכט איז געגרינדעט געוואָרין אין 1986.

די הײַנטיקע לאַורעאַטן זענען דער לינגוויסט ד״ר גלעד צוקערמאַן, פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען מכּוח דער עיקרדיקער השפּעה פֿון ייִדיש אויפֿן מאָדערנער העברעיִש, און שושנה קרויטעראָ, פֿאַר איר אַקטיווער פֿרײַוויליקער אַרבעט בײַם אָרגאַניזירן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען אינעם "לייוויק־הויז".