שבתי צבֿיס ליטעראַרישע השפּעה
דעם 18טן מאַרץ איז אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿונעם ייִדישן דיכטער און שרײַבער יואל מאַטוועיעוו וועגן דער השפּעה פֿונעם משיח־שקר שבתי צבֿי און זײַן מיסטישער באַוועגונג אויף דער וועלט־קולטור און ליטעראַטור. ווי באַלד מיט אַ טאָג פֿריִער איז געווען דער טאָג פֿונעם הייליקן פּאַטריק (אַ וועלט־באַוווּסטע חגא אין אירלאַנד), האָט דער לעקטאָר געשטעלט אַ באַזונדערן טראָפּ אויף דער אירלענדישער ליטעראַטור פֿונעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך וועגן פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע ווערק אויף ייִדיש, געשאַפֿן במשך פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט.