Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

נײַעס פֿונעם צענטער "ספֿר"

פֿונעם 6טן ביזן 8טן דעצעמבעער, 2023, וועט אין מאָסקווע פֿאָרקומען די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ "דער קאָנצעפּט פֿון גרענעץ אין דער סלאַווישער און ייִדישער קולטור־טראַדיציע". די אונטערנעמונגע ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם וויסנשאַפֿטלעך־הומאַניטאַרן יודאַיִקאַ־צענטער "ספֿר", דעם אינסטיטוט פֿון סלאַווישע שטודיעס בײַ דער רוסלענדישער ווינסשאַפֿטן־אַקאַדעמיע און דעם "צענטער פֿאַר סלאַוויש־יודאַיִקאַ". די אָוונט־סעקציע פֿונעם 7טן דעצעמבער, בראָש מיט ד״ר וואַלערי דימשיץ און ד״ר יעקאַטערינאַ נאָרקינאַ, וועט אָנרירן אַ ריי טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך. בתוכם, וועט די מאָסקווער פֿאָרשערין ד״ר גאַלינאַ עליאַסבערג דערציילן וועגן די קולטור־גרענעצן אין שלום־עליכמס ראָמאַן "בלאָנדזשענדע שטערן".

דעם צענטער "ספֿר" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1994, כּדי אונטערצושטיצן די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אינען געביט פֿון יודאַיִקאַ און צו אָרגאַניזירן ייִדישע שטודיעס אין רוסלאַנד און אויפֿן גאַנצן פּאָסט־סאָוועטישן שטח. די אָרגאַניזאַציע פֿירט שפּראַך־וועבינאַרן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש־לימודים פֿאַר אַבסאָלוטע אָנהייבער, בראָש מיט דער באַוווּסטער ספּעציאַליסטקע יעקאַטערינאַ קאַראַסיאָוואַ; די גרופּע זוכט איצט נײַע תּלמידים.

"ספֿר" האָט אונדז אויך איבערגעגעבן, אַז זיי פּלאַנירן אַ ווינטער־שול פֿאַר סטודענטן און יונגע לערער אויף דער טעמע "ייִדיש און דער חורבן". די פּראָגראַם ווערט נאָך פּלאַנירט; מע קלײַבט זיך אין איר אײַנצושליסן לעקציעס, סעמינאַרן, פּראַקטישע וואַרשטאַטן און קולטורעלע אונטערנעמונגען. נײַעס וועגן דער אַנטוויקלונג פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אויף אונדזער וועבזײַט.