Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אלי שאַרפֿשטיינס בוך לידער

אין ישׂראל איז דערשינען אַן עלעקטראָנישע לידער־זאַמלונג פֿונעם קיבוצניק פֿון מעגן־מיכאל אלי שאַרפֿשטיין אונטערן טיטל "פּלוצעם ייִדיש". פֿריִער פֿלעגן ווערק פֿון דעם דאָזיקן מחבר, אַ געבויערענעם אין ליטע, זיך באַווײַזן בלויז אין פּעריאָדיק, בפֿרט אויף די שפּאַלטן פֿונעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד". די זאַמלונג איז פֿרײַ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ.