Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועגן שלום־עליכמס דענקמאָל אין וועלט־מעדיאַ

נײַעס וועגן דעם דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען, ניט לאַנג צוריק אויפֿגעשטעלט אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין צוויי גרויסע ידיעות־קוואַלן: "דזשערוזאַלעם פּאָסט" און דעם "פֿאָרווערטס". אונטן ברענגען מיר די איבערזעצונגען פֿונעם אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אין "דזשערוזאַלעם פּאָסט":

June 16, 2023

אין אָנדענק פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם

■ ס׳איז אַ ספֿק, צי ווער־ניט־איז מחוץ דער וועלט פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָט געהערט וועגן שלמה בן נחום ראַבינאָוויטש. אַ סך מענטשן, ניט נאָר ייִדן, האָב אָבער געהערט פֿון זײַן פּסעוודאָנים: שלום־עליכם.

פֿאָטאָ: יובֿל יוסף

פֿון צײַט צו צײַט קומען פֿאָר גרויסע געשעענישן פֿון ייִדיש־ווידערגעבורט. עס טרעפֿן זיך יונגע־לײַט, וואָס שפּירן, אַז זיי פֿעלט אַ חלק פֿון זייער אייגענער ירושה, דערפֿאַר גייען זיי שטורידן ייִדיש אין פֿאַרשיידענע לענדער אַרום דער וועלט, פֿון ליטע און ארץ־ישׂראל ביז דער ווײַטער אויסטראַליע. אין ארץ־ישׂראל, אַחוץ דעם "בית שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ, לערנט מען ייִדיש אין אַ צאָל העכערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, און אויף אַן אומפֿאָרמעלן אופֿן – אינעם טעאַטער "ייִדישפּיל" און אינעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש".
איינער פֿון די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, וווּ ייִדיש־קורסן זענען אַ טייל פֿון דער לערן־פּראָגראַם, איז דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וווּ פֿריִער אינעם איצטיקן חודש האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ בראָנדזענע נאַטירלעך־מעסיקע סטאַטוע פֿון שלום־עליכמען, געשאַפֿן דורכן סקולפּטאָר יורי טשערנאָוו.
ניט ווײַט פֿונעם נײַעם דענקמאָל געפֿינט זיך דער "מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" ("אַנו"). אין אַזאַ אָרט ווערט דער מאָנומענט דינען ווי אַ שטענדיקער אָנדעק־צייכן לכּבֿוד דעם שרײַבער, וועלכער האָט משׂמח געווען און געמאַכט לאַכן מיליאָנען לייענער במשך פֿון צענדליקער יאָרן. דער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל "פֿילדער אויפֿן דאַך" איז באַגרינדעט אויף זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿיה דעם מילכיקער. "דאָס איז דער אָנהיי פֿון אַ נײַער תּקופֿה", – האָט זיך אָפּגערופֿן דניאל גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם "לייוויק־הויז" – אַ ישׂראלדיקע אַסאָציאָציע פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע שרײַבער און זשורנאַליסטן.
דער געדאַנק צו שאַפֿן אַזאַ דענקמאָל און די רעאַליזאַציע פֿונעם פּראָיעקט איז אַ טעטיקייט־רעזולטאַט פֿון ד״ר מאַרק זילבערקוויטס – אַ שרײַבער און פֿאַרלעגער, וואָס וווינט אין מאָסקווע. ער האָט געגרינדעט די "פֿונדאַציע פֿאַרן אָפּהיטן די ירושה פֿון ייִדיש", וואָס איר צוועק איז צו פֿאַרהיטן אָט די שפּראַך און איר קולטור, צו וועלכער עס האָבן געהערט ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרן חורבן. די פֿונדאַציע איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און גיט אויס סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וואָס שטודירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדיש־קולטור.
אַן אַנדער שטיצער פֿונעם פּראָיעקט איז די "פֿונדאַציע פֿון בלאַוואַנטיק־משפּחה", וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אינטערנאַציאָנעלער חסד־טעטיקייט, בפֿרט אינעם געביט פֿון בילדונג און קונסט. זי איז גוט באַקאַנט ווי אַ גרויסער שטיצע־קוואַל פֿונעם דער "טײַט־גאַלעריע" אין לאָנדאָן, ווי אויך צוליב דעם גרינדן דעם "בלאַוואַטניק־אַרכיוו" אין ניו־יאָרק, געווידמעט דער ייִדישער און וועלט־געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, מיט אַ באַזונדערן טראָפּ אויף דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמה, ווי אויך אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד.
שלום־עליכמס סטאַטוע איז אַ טייל פֿון אַ פּראָבע־פּראָיעקט. זײַנע אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן, אַז ער וועט ווערן דער יאָדער פֿון אַ גאַנצן גאָרטן סקולפּטורן לכּבֿוד אַזעלכע ייִדיש־פֿיגורן, ווי יצחק באַשעוויס, יצחק־לייבוש פּרץ, אַבֿרהם סוצקעווער, שלום אַש, איציק מאַנגער, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, אסתּר קרייטמאַן א״אַ.