Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

שלום־עליכמס יאָרצײַט אין פּעטערבורג

דעם 26סטן אַפּריל, 2026, האָט דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער דורכגעפֿירט אַן אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם 110טן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכמען. מע האָט פֿאָרגעלייענט לידער און פּראָזע פֿונעם קלאַסיקער אויף ייִדיש און אין רוסישע איבערזעצונגען, אויסגעהערט אַ רעקאָרדירונג פֿון זײַן קול און געשמועסט וועגן זײַן ירושה, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער שטאָט.

אין 1912-1914 האָט ש. אַנ־סקי (שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט) אָנגעפֿירט מיט ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס איבער די שטעטלעך פֿונעם תחום־המושבֿ. אַ קורצווײַליקע עקספּאָזיציע פֿון בערך 800 געזאַמלטע עקספּאָנאַטן האָט זיך געעפֿנט אין דער געוועזענער הויפּטשטאָט פֿון רוסלאַנד דעם 19טן אַפּריל, 1914. בעת דער יאָרצײַט־פּראָגראַם האָט געקלונגען שלום־עליכמס קורצע רעדע, רעקאָרדירט בעת זײַן באַזוכן די דאָזיקע אויסשטעלונג באַלד נאָך איר דערעפֿענונג, מסתּמא דעם 14טן מײַ, 2014.

פּעטערבורג איז אויך די שטאָט, ווי שלום־עליכם האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ ייִדישער שרײַבער אינעם יאָר 1883, ווען ער האָט פּובליקירט די דערציילונג "צוויי שטיינער" אין אַלכּסנדר צעדערבוימס וואָך־צײַטונג "דאָס יודישעס פֿאָלקס־בלאַט". אויף דער אָנדענק־אונטערנעמונג האָט מען געוויזן די אָריגינעלע פּאַפּירענע נומערן פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער צײַטשריפֿט.