Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש־אַלבאָם אויבן־אָן אין אייראָפּע

דער הײַ־יאָריקער מוזיקאַלישער אַלבאָם "שטילע טרערן" ("Silent Tears") האָט אין אַפּריל 2023 געוווּנען דאָס ערשטע אָרט אין דער אייראָפּעיִשער פּאָפּולאַריטעט־ליסטע World Music Charts Europe, צונויפֿגעשטעלט דורך אַזעלכע גרויסע נאַציאָנאַלע ראַדיאָ־קאָמפּאַניעס, ווי BBC, RFI אין פֿראַנקרײַך, דאָס דײַטשישע עפֿנטלעכע ראַדיאָ און ORF אין עסטרײַך.

דער פּראָיעקט "שטילע שטערן" האָט זיך אָנגעהויבן, ווען די דאָקטערין פּאַולאַ דוד אין טאָראָנטאָ האָט פֿאָרגעלייגט עלטערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה צו שאַפֿן אייגענע לידער ווי אַ מיטל אויסצוהיילן זייער טראַוומע נאָך אַזעלכע שרעקלעכע חורבן־פֿאַרברעכנס, ווי פֿאַרגוואַלדיקונג, אוממענטשלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן און געצוווּנגענע סטעריליזאַציע. נאָך פֿינף ווערק זענען פֿאַרבונדן מיטן טאָגבוך און די זכרונות פֿון מאָלי עפּלבוים "באַגראָבענע ווערטער" ("Buried Words"). אין אירע קינדער־יאָרן, האָט זי געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס באַגראָבן אין דער ערד אין אַ שמוציקן קאַלטן קאַסטן פֿול מיט אינסעקטן.

אינעם אַלבאָם שפּילט דער טאָראָנטער אַנסאַמבל "פּאַיאַדאָראַ טאַנגאָ". עס זינגען אָלגאַ (אַביגיל) מיעלעשטשוק און אַנדערע באַקאַנטע מוזיקער.