Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועבזײַט־נײַעס: נײַע מאַטעריאַלן וועגן תּנחום קאַפּלאַן

מיט פֿרייד טיילן מיר מיט די באַזוכער פֿון אונדזער וועבזײַט וועגן דער ממשותדיקער פֿאַרברייטערונג פֿון דער סעקציע, געווידמעט דעם באַרימטן קינסטלער תּנחום (אַנאַטאָלי) קאַפּלאַן. זײַנע ווערק זענען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. מיר לייגן אײַך פֿאָר אַ גאַלעריע פֿון 50 קאַפּלאַנס ווערק, וואָס צוויי ישׂראלדיקע פֿאָטאָגראַפֿן, טאַטיאַנאַ ראַזומאָווסקאַיאַ און פּאָלינאַ אידעלסאָן, האָבן אונדז בנעימות איבערגעגעבן. דערצו, האָבן מיר פֿאַרעפֿטלעכט אויף ענגליש און רוסיש אַ לענגערן עסיי וועגן קאַפּלאַנען פֿונעם קונסט־קריטיקער און פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר שטשעדרינסקי.