וועבזײַט־נײַעס: אַרכיוו פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"
די רעדאַקציע פֿון אונדזער וועבזײַט איז צופֿרידן אײַך איבערצוגעבן, אַז מיר האָבן געעפֿנט אַ נײַע גרויסע סעקציע: דעם אַרכיוו פֿונעם לעגענדאַרן סאָוועטישן ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". די אַרבעט איבער אים גייט נאָך אָן: דערווײַל זענען אַרויסגעשטעלט געוואָרן די נומערן פֿון 1961 ביז 1965. אויף אונדזער וועבזײַט קענט איר זיך אויך באַקענען מיט דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער וווּנדערלעכער פּעריאָדישער אויסגאַבע. צו פֿאַרענדיקן די פּובליקאַציע פֿון אַלע נומערן אין דער אינטערנעץ פּלאַנירן מיר אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 2024.
די דיגיטאַליזאַציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ווערט פֿאַרווירקלעכט דורך צוויי פֿונדאַציעס: Heritage Project Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Culture Preservation Foundation (ישׂראל), נאָך דער איניציאַטיוו פֿון ד״ר מאַרק זילבערקוויט – דער גרינדער פֿון ביידע פֿאָנדן. אַ שותּף אינעם פּראָיעקט איז דער פֿאַרלאַג "קניזשניקי" (רוסלאַנד). די פֿינאַנציעלע שטיצע קומט פֿונעם אַקאַדעמיקער גריגאָרי רויטבערג – דער פֿאָרזיצער פֿונעם שטיצע־קאָמיטעט בײַם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.