ווינטער אין ייִדישלאַנד, 2024
דעם 4טן פֿעברואַר, 2024, האָט דער אַרבעטער־רינג דורכגעפֿירט זײַן יערלעכע קולטורעלע פּראָגראַם "ווינטער אין ייִדישלאַנד". אַ טייל פֿון איר איז געווען אַ קאָנצערט פֿון הײַנטצײַטיקער כּלי־זמרישער מוזיק, געווידמעט ליבי (לאָרען) בוך ז״ל, אַ לאַנגאָניקע אַקטיוויסטקע פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
ספּעציעל פֿאַר אונדזער וועבזײַט, האָט זיך דער אַרבעטער־רינג מיט אונדז געטיילט מיט אַ רעקאָרדירונג פֿונעם פּאָפּולערן סאָוועטישן ליד "אַזעלכע שנייען גרויסע" אויף די ווערטער פֿון לידיאַ קאָזלאָוואַ, אויסגעשפּילט דורכן באַרימטן זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ. די ייִדישע איבערזעצונג האָט געשאַפֿן יואל מאַטוועיעוו. ער האָט אויך איבערגעזעצט דאָס ליד אויף ענגליש; דער טעקסט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין יוטוב.