"ייִדיש־קאָנצערט": פּרעמיערע אין איטאַליע
אין יולי 2023 איז אין דער איטאַליענישער שטאָט פּיעטראַסאַנטאַ (איטאַליע) פֿאָרגעקומען דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער פֿעסטיוואַל. דער הויכפּונקט פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען די איטאַליענישע פּרעמיערע פֿון לאָראַן קוזאָנס "ייִדיש־קאָנצערט" פֿאַרן פֿידל און סטרונע־אָרקעסטער – אַ נײַער בײַטראָג אין דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור.
דעם "ייִדיש־קאָנצערט" האָט דער הײַנטצײַטיקער פֿראַנצויזישער קאָמפּאָזיטאָר לאָראַן קוזאָן געשאַפֿן אינעם יאָר 2022 פֿאַר מאַעסטראָ מיכאל גוטמאַן – דעם גרינדער און דעם שטענדיקן קינסטלערישן דירעקטאָר פֿונעם יערלעכן פּיעטראַסאַנטער פֿעסטיוואַל. גוטמאַן האָט גלענצנדיק אויסגעשפּילט דאָס ווערק צוזאַמען מיטן בריסלער קאַמערן־אָרקעסטער.
דער אויטאָריטעטער זשורנאַל "אַמאַדעוס" האָט איבערגעגעבן: "שוין במשך פון 17 יאָר ווערט אין פּיעטראַסאַנטאַ דורכגעפֿירט… אַזאַ לעבעדיקער פֿעסטיוואַל פֿון אַ הויכער קוואַליטעט… אַ דאַנק מאַעסטראָ מיכאל גוטמאַן, דעם בעלגיש־שטאַמיקן פֿידלער, אַ וווּלקאַנישע פּערזענלעכקייט מיט אַן אָנשטעקנדיקן ענטוזיאַזם, וועלכער ברענגט מיט די בעסטע מוזיקער".
קוזאָן באַמערקט, אַז זײַן "ייִדיש־קאָנצערט", געשפּילט אויף אַ סאָלאָ־פֿידל מיט אַ סטרונע־אָרקעסטער, האָט ער אָנגעשריבן בעת אַ נסיעה איבער דעם היסטאָרישן ייִדישן פּוילן, צווישן וואַרשע און קראָקע. די ערשטע באַוועגונג פֿון דער קאָמפּאָזיציע הייסט "שטעטל", דערנאָך – "התּיקווה" און "לחיים". "פֿון מעלאַנכאָליע צו שׂימחה, באַטראַכט דער דאָזיקער קורצער קאָנצערט די נשמה פֿון ייִדיש־קולטור".