Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

שׂימחה אין אַנטווערפּן לכּבֿוד אַ ייִדיש ווערטערבוך

יוסטוס וואַן דע קאַמפּ

דעם 25סטן מײַ, 7 אַזייגער אין אָוונט, וועט אין אַנטווערפּן פֿאָרקומען אַן אונטערנעמונג לטובֿת דעם ייִדיש־האָלענדישן ווערטערבוך. דאָס ווערטערבוך איז צוטריטלעך אומזיסט אויף דער אינטערנעץ. די אָרגאַניזאַטאָרין פֿונעם אָוונט, קאַטעלינע טועוויסען, האָט איבערגעגעבן אונדזער וועבזײַט, אַז די אונטערנעמונג וועט דורכגעפֿירט ווערן מיט דער הילף פֿונעם אינסטיטוט פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען בײַם אַנטווערפּענער אוניווערסיטעט. יוסטוס וואַן דע קאַמפּ, דער צונויפֿשטעלער פֿונעם ריזיק־גרויסן אַרומנעמיקן ייִדיש־האָלענדישן ווערטערבוך, מיט וועלכן ער פֿאַרנעמט זיך ענטוזיאַסטיש און פֿרײַוויליק שוין במשך פֿון איבער 35 יאָר, וועט דערציילן וועגן זײַן אַרבעט, און דער דועט "קאַטערינטאָנגעל" וועט אויסשפּילן יאָאַכים יאָכאָווס "נײַע כּלי־זמרישע ניגונים.