Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד": דריטע ווערסיע

דער ניו־יאָרקער קינסטלער יעווגעני פֿיקס גיט איבער מיט פֿאַרגעניגן אויף אונדזער וועבזײַט וועגן דער דריטער ווערסיע פֿונעם פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד" אויף דער ווענעציאַנער ביענאַלע. די עפֿענונג־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען דעם 7טן מײַ פֿון 6 ביז 8 אַזייגער אין אָוונט. הײַיאָר הייסט דער פּאַוויליאָן "די ווערטער, וואָס פּאַסן צו מײַן מויל". די גאַנצע פּראָגראַם איז פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אינטערנעץ.

מיר האָפֿן אײַך צו זען אין ווענעציע אָדער אַז וועט אונדז נאָכפֿאָלגן פֿון דער ווײַטן און העלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן די ידיעה וועגן אונדזער פּראָגראַם.

דער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד" בלײַבט אַן אומאָפּהענגיקער קונסט־פּראָיעקט, געשאַפֿן דורך בלויז צוויי מענטשן: דאָס זענען מאַריִאַ ווייץ און איך. מיר וועלן זײַן זייער דאַנקבאַר פֿאַר אײַער שטיצע, ער זאָל זיך אַנטוויקלען ווײַטער לטובֿת דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־קולטור. מיר בעטן אײַך אונדז אונטערצוהאַלטן און צו פֿאַרשטאַרקן די שטים פֿונעם פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד".

https://ko-fi.com/yiddishlandpavilion

אַ שיינעם דאַנק!

יעווגעני פֿיקס