Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועבזײַט געווידמעט ייִדישע לידער

דער "אַרבעטער־רינג" האָט געעפֿנט אַ נײַע וועבזײַט, וווּ עס זענען געזאַמלט געוואָרן די טעקסטן און רעקאָרדירונגען פֿון יאָסל און חנה מלאָטעקס קאָלעקציע: איבער 400 לידער. די מוזיק קאָן מען פֿרײַ אַראָפּלאָדן. דער פּראָיעקט הייסט Yiddishsongs.org. אַלע לידער ווערן באַגלייט מיט לאַטײַנישע טראַנסקריפּציעס און ענגלישע איבערזעצונגען.

חנה מלאָטעק איז געווען אַ באַוווּסטע פֿאָרשערין און זאַמלערין פֿון ייִדישע לידער; איר מאַן יאָסל איז געווען אַן אָנגעזעענער ייִדישיסט. במשך פֿון צענדליקער יאָרן האָט דאָס פּאָרפֿאָלק געפֿירט די פּאָפּולערע פֿאָרווערטס־רובריק "פּערל פֿון ייִדישער פּאָעזיע". דעם נײַעם פּראָיעקט האָבן פֿאַרווירקלעכט דער זון און דאָס אייניקל פֿון די דאָזיקע מאַן־און־ווײַב, משה און אלישע מלאָטעק.