22טער נומער "ייִדישלאַנד"
אין מאַרץ 2024 איז דערשינען דער נײַער 22טער נומער פֿונעם ליטעראַרישן און ליטעראַטור־פֿאָרשערישן קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד". די פּאָעזיע ווערט אין אים פּרעזענטירט מיט נײַע ווערק פֿון באָריס קאַרלאָוו, הלל קאַזאָווסקי, משה לעמסטער און מיכאל לײַוואַנד; אינעם פּראָזע־חלק זענען אַרײַן אַ קאַפּיטל פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס נײַעם ראָמאַן "טיק־טאַק" און וועלוול טשערנינס דערציילונג "דער כּוזרי". צווישן די פֿאַרעפֿנטלעכטע אוניקאַלע היסטאָרישע מאַטעריאַלן זענען די זכרונות פֿונעם קינסטלער און קונסט־קריטיקער לעאָ קעניג (1889 – 1970). "ייִדישלאַנד" ווערט פּובליקירט אינגאַנצן אויף ייִדיש און גייט אַרויס פּאַראַלעל אין ישׂראל און שוועדן.