"ייִדישלאַנד" – נומער 23
עס איז פּובליקירט געוואָרן דער נײַער 23סטער נומער פֿונעם קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד", וואָס גייט אַרויס רק אויף ייִדיש און ווערט געדרוקט מיט צוויי פּאַראַלעלע טיראַזשן אין ארץ־ישׂראל און שוועדן. אינעם נומער האָבן זיך באַוויזן אַ נײַע שטענדיקע קינדערשע רובריק, וואָס הייסט "פֿאַר קינדער און קינדס־קינדער". דאָס מאָל באַשטייט זי פֿון די ווערק, וואָס ס׳האָבן געשאַפֿן די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל, מיכאל פֿעלזענבאַום און וועלוול טשערנין, ווי אויך צוויי לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו (דער פּסעוודאָנים פֿון ד״ר דובֿ־בער קערלער).
ווי געוויינטלעך, געפֿינט זיך אינעם נומער אַ רײַכער אוצר פֿון נײַע פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדיש־מחברים, אַרײַנגערעכנט לידער פֿון דער בערלינער דיכטערין קאַטערינע קוזנעצאָוואַ און אַ נײַער קאַפּיטל פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס ראָמאַן "טיק־טאַק". מיר דערמאָנען אײַך, אַז נאָר אויף אונדזער וועבזײַט קענט איר איבערבלעטערן דעם אוניקאַלן אַרכיוו פֿון אַלטע נומערן ייִדישלאַנד!