הערט און קוקט: ייִדן אין אַמעריקע
דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער חסידישער זינגער און לידער־מחבר דובֿי מײַזלס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יוטוב אַ נײַעם מוזיקאַלישן ווידעאָ־קליפּ אויף ייִדיש, וואָס הייסט "ייִדן אין אַמעריקע". צווישן אַנדערע זינגער טרעטן דאָרט אַרויס ליפּע שמעלצער און הערשי ווײַנבערגער, וועלכער האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק. דער ווידעאָ־פּראָדוסער און דירעקטאָר הייסט מאיר אונגער.
דאָס ליד איז געווידמעט דעם מונקאַטשער רבין ר׳ חיים־אלעזר שפּירא, באַקאַנט ווי דער "מנחת־אלעזר". אויף דער חתונה פֿון זײַן בת־יחידה אין 1933, האָט דער דאָזיקער חסידישער מנהיג געזאָגט די אַמעריקאַנער ראַדיאָ־זשורנאַליסטן בלויז אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש: גערופֿן ייִדן אין דער "נײַער וועלט" צו היטן שבת. זײַנע פּשוטע חיזוק־ווערטער האָבן משפּיע געווען אויף אַ סך ייִדישע עמיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ניו־יאָרק איז דער הײַנטיקער צענטער פֿון די מונקאַטשער חסידים. דאָרט וווינט זייער איצטיקער רבי, משה־לייב ראַבינאָוויטש. זיי רעדן ווײַטער אויפֿן "היימישן" ייִדיש – דעם דיאַלעקט פֿון זייערע עסטרײַך־אונגערישע זיידעס און באָבעס. אָט אַזאַ ייִדיש הערן מיר אינעם נײַעם ווידעאָ.