אָנדענק־אָוונט לכּבֿוד רבֿקה באַסמאַן
דעם 23סטן אַפּריל, 2023, וועלן ייִוואָ, די "ייִדיש־ליגע" און "יאָ" ("ייִדיש־אָרט") דורכפֿירן אַן אינטערנעץ־אָוונט רק אויף ייִדיש אין אָנדענק פֿון דער ניט לאַנג צוריק ניפֿטר־געוואָרענער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ז״ל. די באַטייליקונג איז פֿרײַ, נאָר מע מוז זיך פֿאַררעגיסטרירן פֿון פֿריִער. לויט דער ניו־יאָרקער צײַט וועט די אונטערנעמונג זיך אָנהייבן 1 אַזייגער נאָכמיטאָג.
די אָרגאַניזאַטאָרן באַטאָנען, אַז רבֿקה באַסמאַנס פּטירה מיינט דעם סוף פֿון אַ גאַנצער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור. בראָש מיט ד״ר מרים טרין וועלן די אָנטיילנעמער פֿאָרלייענען און באַטראַכטן צוזאַמען די ווערק פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער פּאָעטעסע.