
ייִדישע פֿאַקטאַזיע אין ירושלים
ייִדישע פֿאַקטאַזיע אין ירושלים
דעם 23טן מערץ, 2023, איז אין דער ירושלימער ביכער־קראָם "באַבעל" פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון וועלוול טשערנינס זאַמלונג דערציילונגען "ייִדישע פֿאַקטאַזיעס" אין זײַן אייגענעם איבערזעצונג אויף רוסיש. דאָס בוך איז דערשינען ניט לאַנג צוריק אינעם פּעטערבורגער פֿאַרלאַג "יאראָמיר כלאַדיק פּרעס".
"באַבעל" ספּעציאַליזירט זיך איבערהויפּט אויף רוסישע ביכער, אײַנגעשלאָסן איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, אָבער אַ פּאָר פּאָליצעס זײַנען אין דער קראָם אָפּגעגעבן דער הײַנטצײַטיקער ליטעראַטור אויף ייִדיש, בתוכם דעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד".

ניטאָ מער לאה שלאַנגער
ניטאָ מער לאה שלאַנגער
דעם 8טן מאַרץ, 2023, איז אַוועק בײַ 91 יאָר די באַוווּסטע ישׂראלדיקע אַקטריסע, דיקטאָרין, זינגערין און זשורנאַליסטקע לאה שלאַנגער. אירע ראַדיאָ־אויפֿטריטן אויף ייִדיש זענען במשך פֿון צענדליקער יאָר אַרויס אויפֿן ניו־יאָרקער ראַדיאָ און אויף דער ישראלדיקער סטאַנציע "קול ישׂראל". אין די לעצטע יאָר פֿון איר לעבן האָט לאה שלאַנגער געשריבן עסייען אינעם אַמעריקאַנער אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש בראַנזשע".
שלאַנגער איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1932, אין דער פּוילישער שטאָט קאַליש. באַלד נאָך דער עוואַקואַציע אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד בעת דער מלחמה האָט זי זיך אומגעקערט קיין פּוילן, און זינט 1957 געוווינט אין ארץ־ישׂראל. במשך פֿון איר לעבן האָט די אַקטריסע אָפּגעשפּילט אין איבער 50 פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, ווי אויך אין עטלעכע קינאָ־פֿילמען.
מענדי כּהנא, דער דירעקטאָר פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער אָרגאַניזאַציע "יונג ייִדיש", האָט דעם 9טן מאַרץ פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿייסבוק אַ ווידעאָ־פֿראַגמענט פֿון אַ באַגעגעניש מיט דער אַקטריסע, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ יאָר פֿאַר איר פּטירה. דער פֿראַגמענט, וואָס איז אויך דערשינען אינעם פֿאָרווערטס, האָט פֿילמירט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר גערט וואַן קעסטערען, וועלכער האָט מיטגעטיילט, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט קלײַבט ער זיך צו שאַפֿן אַ גאַנצן דאָקומענטאַר וועגן לאה שלאַנגער.

לעקציעס אין קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע
לעקציעס אין קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע
דעם 9טן מערץ, 2023, האָט דער ישׂראלדיקער דיכטער און ליטעראַטור־קענער ד״ר וועלוול טשערנין, וועלכער האָט באַזוכט אוקראַיִנע, געהאַלטן אינעם פֿאָרשונגס־צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום בײַם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע" לעקציעס אויף די טעמעס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור" און "פֿאַרגעשריטענע ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער און פּאָעטן פֿאַרבונדענע מיט אוקראַיִנע".
אַ באַזודערע אַכטונג איז אין זײַנע לעקציעס געלייגט געוואָרן אויף די פּראָבלעמען פֿון איבערזעצן די ייִדישער ליטעראַטור אויף אוקראַיִניש. דאָס איז פֿאַרבונדן געווען מיט דעם, וואָס דער פֿאָרשונגס־צענטער גרייט צווישן אַנדערס ספּעציאַליסטן אין אָט דעם געביט. אַ דאַנק דעם, האָבן זיך אין די לעצטע יאָרן האָבן באַוויזן ניט ווייניק אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש – סײַ אין אַ בוך־פֿאָרם דורכן קיִִעווער פֿאַרלאַג "דוך אי ליטעראַ", סײַ אויף די שפּאַלטן פֿונעם אַלמאַנאַך "יעהופּעץ".

אַ נײַ בוך: "ייִדיש לעבט"
אַ נײַ בוך: "ייִדיש לעבט"
דער קאַנאַדער פֿאַרלאַג McGill–Queen's University Press, פֿאַרבונדן מיטן מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט אין מאָנטרעאָל בשותּפֿות מיטן קווינס־אוניווערסיטעט אין קינגסטאָן, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס בוך "ייִדיש לעבט" (Yiddish Lives On) פֿון ד״ר רבֿקה מרגליות. די מחברטע, פֿריִער אַן אַסאָציִיִרטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם אָטאַווער אוניווערסיטעט, אַרבעט איצט אַלס פּראָפֿעסאָרין אינעם מאָנאַש־אוניווערסיטעט אין מעלבורן און פֿירט דאָרט אָן מיטן צענטער פֿון דער ייִדישער ציוויליזאַציע.
מרגליות פֿאָרשט פֿאַרשיידענע סטראַטעגיעס, ווי אַזוי מע קען איבערגעבן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שמועס־שפּראַך צו די קומענדיקע דורות. זי באַטראַכט די היסטאָרישע אידעאָלאָגיעס פֿון קאַנאַדער ייִדישיסטן, די שוועריקייטן בײַם אָפּהיטן די שפּראַך אין ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות פֿון די 1950ער יאָרן ביז הײַנט, די ראָלע פֿון טעאַטער, ליטעראַטור, מוזיק און קינאָ אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש־קולטור. דער לעצטער קאַפּיטל פֿונעם בוך איז געווידמעט דער ראָלע פֿונעם הײַנטיקן קינאָ, ווידעאָ־קאַנאַלן און אינטערנעץ־פּראָיעקטן. די פֿאָרשערין מאַכט דעם אויספֿיר, אַז כּדי אָפּצוהיטן די ייִדישע שפּראַך, מוז מען זי פּאָפּולאַריזירן אויף דער אינטערנעץ.

גאַלעריע. תּנחום קאַפּלאַן
אַ גאַלעריע פֿון תּנחום קאַפּלאַנס ווערק
גאַלעריע. שמעון־בער קראַטקאָ
גאַלעריע.
שמעון־בער קראַטקאָ

זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ, 2023
זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ, 2023
ס'האָט זיך אָנגעהויבן די רעגיסטראַציע אויף דער צווישנפֿעלקערלעכער זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּאַווער־כּדר, וועלכע אַרבעט מיט דערפֿאָלג שוין עטלעכע יאָר בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. האַיאָר וועלן לימודים אין די ראַמען פֿון דער זומער־פּראָגראַם פֿאָרקומען אינעם אוניווערסיטעט־קאַמפּוס זינט דעם 5טן יולי ביזן 1טן אויגוסט.

110ער געבוירן־טאָג פֿון עמנואל קאַזאַקעוויטש
110ער געבוירן־טאָג פֿון עמנואל קאַזאַקעוויטש
די ייִדיש־רוסישע צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ספּעציעלן נומער לכּבֿוד דעם לעבן און שאַפֿן פֿון עמנואל קאַזאַקעוויטש (1913-1962), געבוירן מיט 110 יאָר צוריק. עס זענען דערשינען אַ ריי פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש און רוסיש, אַרײַנגערעכנט נײַע איבערזעצונגען פֿון זײַנע לידער.
עמנואל קאַזאַקעוויטש איז געווען אַ פּראָמינענטער סאָוועטישער שרײַבער, דיכטער און איבערזעצער, וועלכער האָט געוווינט אין ביראָבידזשאַן פֿון 1931 ביז 1938, אָרגאַניזירט דאָרט אַ ייִדישן יוגנטלעכן טעאַטער, אָנגעפֿירט מיטן ביראָבידזשאַנער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (בירגאָסעט), געווען דער פֿאָרזיצער פֿונעם געגנטלעכן ייִדישן ראַדיאָ, געאַרבעט אין "ביראָבידזשאַנער שטערן" און אָנגעפֿירט דעם ליטעראַרישן טייל פֿון דער צײַטונג. קאַזאַקעוויטש האָט אויך איבערגעזעצט אַ סך פּיעסעס פֿאַרן ייִדישן טעאַטער אויף ייִדיש.

טײַגע אין ייִדישער פּאָעזיע
טײַגע אין ייִדישער פּאָעזיע
