Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועלוול טשערנין: ביאָגראַפֿיע

וועלוול טשערנין: ביאָגראַפֿיע

וועלוול טשערנין איז געבוירן געוואָרן אין 1958 אין מאָסקווע. זיך געלערנט אויפֿן היסטראָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט און אין דער גרופּע "ייִדיש" פֿון די העכערע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט.

דעביוטירט מיט אַ ליד אויף די שפּאַלטן פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1983. עולה געווען אין 1990. פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט־טעזע אויפֿן פֿאַקולטעט פֿאַר ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין בר־אילן. וווינט אינעם ייִשובֿ כּפֿר־אלדד אין מידבר־יהודה.
פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ייִדיש 9 לידער־זאַמלונגען, אַ בוך עסייען, אַ בוך פֿאַנטאַסיטישע דערציילונגען, ווי אויך זײַן אויטאָרישע אַנטאָלאָגיע פֿון פּאָעטישע איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן. פֿאַרעפֿנטלעכט לידער אויך אויף העברעיִש. איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פֿון אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, שלום־עליכם, זלמן שניאור, ישׂראל־יהושע זינגער, חיים גראַדע אא. אַ צונויפֿשטעלער פֿון אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער דיכטונג אין איבערזעצונגען אויף אוקראַיִניש און העברעיִש. פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצע ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן איבער דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראִַטור. אַ גרינדער און אַ רעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור" און פֿונעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד". געאַרבעט אַלס ליטעראַטור־קאָנסולטאַט, מחבר און איבערזעצער פֿון טעקסטן אין ייִדישע טעאַטער־ און עסטראַדע־קאָלעקטיוון פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ישׂראל.

וועלוול טשערנין

וועלוול טשערנין

ביאָגראַפֿיע

פּראָזע

פּאָעזיע

איבערזעצונגען

מוזיק

טעאַטער

באָריס סאַנדלער

באָריס סאַנדלער

ביאָגראַפֿיע

פּראָזע

פּאָעזיע

איבערזעצונגען

מוזיק

טעאַטער

משה בערעגאָווסקיס ווערק

משה בערעגאָווסקיס ווערק

משה בערעגאָווסקי

ייִדישע פֿאָלקס־לידער

ייִדישע אינסטרומענטאַלע פֿאָלקס־מוזיק

ייִדישע פֿאָלקס־ניגונים אָן ווערטער

ייִדישער מוזיק־פֿאָלקלאָר (ב. 1, ייִדיש)

ייִדישער מוזיק־פֿאָלקלאָר (ב. 1, רוסיש)

לערן־מאַטעריאַלן אָנלײַן

לערן־מאַטעריאַלן אָנלײַן

אַרומנעניק ענגליש־ייִדיש ווערבערבוך

אַרומנעניק ייִדיש־ענגליש ווערבערבוך

רוסיש־ייִדישער ווערטערבוך

ייִדיש־רוסישער ווערטערבוך

ייִדיש־אוצרות אויף דער אינטערנעץ

ייִדיש לערנבוך (אויף רוסיש)

Yiddish Duolingo

מוסטערן פֿון ייִדישע דיאַלעקטן

ייִדישער ביכער־צענטער

גמאַמאַטיק־ביכער אויף ייִדיש

יודל מאַרקס ייִדישע גראַמאַטיק

לשון־קודשדיקער שיכט אין ייִדיש

הײַנטיקע ייִדיש־שרײַבער

הײַנטיקע ייִדיש־שרײַבער

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

לבֿ בערינסקי

מיכאל פֿעלזענבאַום

וועלוול טשערנין

גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט

יואל מאַטוועיעוו

חײַקע־ברוריה וויגאַנד

יעווגעני קיסין

באָריס סאַנדלער

באָריס קאַרלאָוו

ירמיהו־אַהרן טאַוב

שלום בערגער

הײַנטיקע ייִדיש־מוזיק

הײַנטיקע ייִדיש־מוזיק

צווישן דער גרויסער צאָל מאָדערנע מחברים און אויסשפּילער פֿון ייִדישע לידער טרעפֿן זיך מענטש פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען, קינסטלערישע פּרעפֿערענצן און הינטערגרונטן. ייִדיש ציט צו ניט בלויז מוזיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, נאָר אויך עטנישע דײַטשן, רוסן, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, כינעזער אאַז״וו.

אָט איז איין פּראָמינענטער בײַשפּיל.

פּסוי קאָראָלענקאָ (דער אמתער נאָמען פּאַוועל ליִאָן) איז אַ ייִדיש־שטאַמיקער זינגער, געבוירן אינעם יאָר 1967 אין מאָסקווע. האָבנדיק אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָלאָגיע, איז ער אַ מוזיקער, פּאָעט און אַ פּאָליגלאָט, וואָס זינגט אויף רוסיש, ייִדיש, ענגליש און פֿראַנצויזיש, אָפֿט אויסמישנדיק די דאָזיקע שפּראַכן און עקספּערימענטירנדיק מיט פֿאַרשיידענע זינגליד־טראַדיציעס. פֿונעם שפּילעוודיקן באַנוץ פֿון ייִדיש ווי אַ "קליי" אויף צו פֿאַרבינדן די פֿאַרשיידנאַרטיקע עלעמענטן פֿון זײַנע ווערק, איז קאָראָלענקאָ בהדרגה צוגעקומען צום זינגען לידער פֿון משה בערעגאָווסקיס אַרכיוו און אַנדערע זאַמלער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. קאָראָלענקאָ נוצט כּסדר אויס פֿריִער פֿאַרגעסענע טעקסטן, וואָס די קאַנאַדער פֿאָרשערין אַנאַ שטערנשיס האָט אַנטדעקט אין קיִעוו.

אונטן ברענגען מיר נאָך עטלעכע מוסטערן פֿון דער גאָר רײַכער הײַנצײַטיקער מוזיקאַלישער שעפֿערישקייט אויף ייִדיש.

אויסשטעלונגען און ספּעקטאַקלען

אויסשטעלונגען און ספּעקטאַקלען

יעווגעני פיקס

ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן

"פֿאָלקסבינע" (טעאַטער אין ניו־יאָרק)

דער נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער (ניו־יאָרק)

"ייִדישפּיל" (טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ)

ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע

יעווגעני פֿיקס: קורצע ביאָגראַפֿיע

יעווגעני פֿיקס: קורצע ביאָגראַפֿיע

יעווגעני פֿיקס איז אַ קינסטלער און אָרגאַניזאַטאָר פֿון אויסשטעלונגען, וועלכער האָט געשאַפֿן דעם קאָנצעפּט "ייִדיש־קאָסמאָס" און אָנגעשריבן אַ קינסטלערישן מאַניפֿעסט וועגן דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־קונסט. געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1972 אין מאָסקווע, וווינט און אַרבעט אין ניו־יאָרק זינט 1994.

יעווגעני פֿיקס

אַ סך פֿון זײַנע פּערפֿאָרמאַנסן און קונסט־פּראָיעקטן האָט פֿיקס געווידמעט די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די לענדער פֿונעם געוועזענעם מיזרח־בלאָק און דעם מערבֿ נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווי אויך דער געשיכטע פֿון לינקע פּאָליטישע באַוועגונען. אין 2008 האָט ער אַרויסגעגעבן דעם "קאָמוניסטישן וועגווײַזער איבער ניו־יאָרק", וואָס דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע ניו־יאָרקער בנינים און ערטער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אָרטיקע קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס.

אין די פֿריִיִקע 1980ער יאָרן האָט זיך פֿיקס פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש, וואָס ער האָט ער קינדווײַז אָן געהערט, און געבעטן בײַ זײַן באָבען, זי זאָל אים באַקענען מיט איר מאַמע־לשון. שפּעטער, וווינענדיק אין אַמעריקע, האָט ער געשאַפֿן זײַן אייגענעם קאָנצעפּט פֿון ייִדיש ווי אַ "קאָסמישע" שפּראַך, מסוגל צו באַהעפֿטן דעם הימל מיט דער ערד, דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן און אַ פֿאַנטאַסטישע אוטאָפּיע, די ייִדישע און גלאָבאַלע קולטור. אין 2018 איז זײַן אויסשטעלונג "ייִדיש־קאָמסאָס" צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק און שפּעטער – אין זײַן היימשטאָט, מאָסקווע.

אין זײַן קינסטלערישן מאַניפֿעסט, באַטראַכט פֿיקס די שטײַגנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון ייִדיש צווישן דעם יונגן דור קינסטלער, שרײַבער און וויסנשאַפֿטלער, דאָס באַזונדערע אָרט, וואָס די שפּראַך פֿאַרנעמט אין דער הײַנטיקער אַוואַנגאַרד־קונסט. צווישן אַנדערע בײַשפּילן, דערמאָנט ער די ווערק פֿונעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִדישיסט ענטאָני ראַסעל און די ייִדישע איבערזעצונג פֿון "וואַרטן אויף גאָדאָ" – די פּיעסע פֿונעם אירלענדישן קלאַסיקער סעמועל בעקעט. דער קינסטלער שטרײַכט אונטער די אוניקאַלקייט פֿון דער ייִדישער קולטור ווי אַ בריק, וואָס קאָן פֿאַראייניקטן די טראַדיציאָנעלע עטנישקייט מיט אוניווערסאַלע מענטשלעכע אידעאַלן, דעם עבֿר מיטן הײַנט און דעם "קאָסמישן" עתיד.

אין 2022 האָט זיך אויף דער באַרימטער ווענעציאַנער ביענאַלע, איינער פֿון די גרעסטע אינטערנאַציאָנאַלע קונסט־אויסשטעלונגען, געעפֿנט דער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד". זײַנע קוראַטאָרן זענען יעווגעני פֿיקס און מאַריאַ ווייץ.

 

קינאָ, ראַדיאָ, טעלעוויזיע

קינאָ, ראַדיאָ, טעלעוויזיע

אין אַ געוויסער מאָס, זעען מער אינעם נײַעם יאָרטויזנט אַ ווידערגעבורט פֿון קינאָ אויף ייִדיש. טיילווײַז איז דאָס פֿאַרבונדן מיטן וווּקס פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע חסידישע קהילות. זייער פֿאַרמאַכטער שטייגער לעבן זעט אויס פֿאַרן ברייטן עולם עקזאָטיש און אינטריגירנדיק. חסידישע ייִדיש־רעדער באַווײַזן זיך אין אַזעלכע פֿילמען, ווי "רעמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש" (2010), "פֿעליקס און מיירע" (2014), "מנשה" (2017), ווי אויך אינעם דײַטשיש־אַמעריקאַנער מיני־סעריאַל "אַן אומאָרטאָדאָקסישע" (2020).

דער הײַנטיקער ייִדישער שרײַבער באָריס סאַנדלער האָט אַרויסגעלאָזט אַ סעריע ווידעאָ־מאָנאָלאָגן פֿון שוין ניפֿטר־געוואָרענע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן. די פּטירה פֿונעם אַלטן דור מחברים ווערט אָבער קאָמפּענסירט אַ דאַנק נײַע טאַלאַנטן. זייער ייִדיש־טעטיקייט ציט אויך צו דעם אינטערעס פֿון קימענאַטאָגראַפֿיסטן. צום בײַשפּיל, רעדן הײַנטיקע יונגע ייִדישסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער אינעם דאָקומענטאַר "ייִדיש", וואָס די פּאַריזער רעזשיסאָרין נורית אָבֿיבֿ האָט געשאַפֿן אין 2020. אַ סך שמועסן מיט הײַנטצײַטיקע ייִדישע מחברים האָט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿילמירט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט און דער ליטעראַרישער אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש־בראַנזשע".

די וועכנטלעכע טעלעוויזיע־פּראָגראַם "ייִדישקייט" אין ביראָבידזשאַן אַנטהאַלט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. די ראַדיאָ־פּראָגראַם "דאָס ייִדישע קול" גייט אַרויס יעדן מיטוואָך אין באַלטימאָר. כּמעט יעדן טאָג ווערן נײַע אוידיאָ־שמועסן פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אַמעריקאַנער חסידישער וועבזײַט Yiddish24, וווּ צענדליקער דיקטאָרן רעדן כּסדר אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס.

די דאָזיקע בײַשפּילן, ווײַט נישט אַלע, געבן די צוהערער און צוזעער אַ מעגלעכקייט זיך צו פֿאַרטאָן אין דער אַטמאָספֿער פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישלאַנד, צו זען אויף אַ דירעקטן אופֿן די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער שפּראַך. אַ דאַנק די חסידישע נײַעס־קאַנאַלן, קאָן מען זיך אויך באַקענען מיט די אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער עסטרײַך־אונגערישן דיאַלעקט – דאָס מאַמע־לשון פֿון ס׳רובֿ תּושבֿים אין די חסידישע קוואַרטאַלן פֿון ניו־יאָרק און אַנדערע מקומות מיט אַ גרויסער צאָל נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער.