Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש און העברעיִש

במשך יאָרהונדערטער און אפֿילו יאָרצענדליקער פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק איז כאַראַקטעריסטיש געווען דיגלאָסיע, דהיינו קאָעקזיסטענץ פֿון צוויי אויסגענוצטע אין פֿאַרשיידענע ספֿערן שפּראַכן אין איין נאַציאָנאַלן קאָלעקטיוו. אַן אָבליגאַטאָרישער עלעמענט פֿון דער דאָזיקער דיגלאָסיע איז געווען העברעיִש, וואָס האָט אַרויסגעטראָטן אין ראָלע פֿון אַ "הויכער" שפּראַך. עס האָט געהאַט אַ הויכן פּרעסטיזש אַדאַנק זײַן פֿונקציאָנירן אַלס לשון־קודש. אַריבער אַנדערהאַלבן טויזנט יאָר איז העברעיִש געווען דער הויפּט־אינסטרומענט פֿון "הויכע" זשאַנערן אין דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער סוף פֿונעם 18טן האַלט מען פֿאַרן אָנהייב פֿון דער "נײַער" העברעיִשער ליטעראַטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן לויט דעמאָלטיקע אייראָפּעיִשע מוסטערן. איר אַנטשטייונג איז דירעקט באַרבונדן געווען מיט דער השׂכּלה.

דער צווייטער עלעמענט פֿון דער דיגלאָסיע אין די ייִדישע קהילות איז געווען די אָדער אַנדערע אומגאַנג־שפּראַך, וועלכע איז גענעטיש פֿאַרבונדן געווען מיט אַ שפּראַך פֿון אַקטועל אָדער אַמאָליק וווינונגס־לאַנד, נאָר האָט אויסגענוצט בײַם שרײַבן דעם העברעיִשן אלף־בית. בײַ די אשכּנזים האָט אין דער דאָזיקער קוואַליטעט אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָרטויזנט אַרויסגעטראָטן ייִדיש. עס איז געווען דאָס הויפּט־מיטל פֿונעם מינדלעכן פֿאַרקער אין די אשכּנזישע קהילות, די שפּראַך פֿון זייער פֿאָלקלאָר און "נידעריקע" ליטעראַטור־זשאַנערן. היות טעאָרעטיש האָבן אַלע ייִדישע מאַנצבלען געדאַרפֿט אין דער אָדער אין יענער מאָס קענען לשון־קודש צוליב רעליגיעזע צילן, פֿלעגט די פֿריִע ייִדישע ליטעראַטור אָפֿטמאָל פֿיגורירן אַלס "ליטעראַטור פֿאַר ווײַבער".

מעכטיקן שטויס צום אַנטוויקלען די ייִדישע ליטעראַטור האָט געגעבן אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט די חסידישע באַוועגונג, וועלכע האָט זיך געווענדט צו פּראָסטע ייִדן, וועלכע האָבן שוואַך געקענט לשון־קודש. די השׂכּלה האָט אויפֿן אידעאָלאָגישן ניוואָ נעגאַטיוו זיך באַצויגן צו ייִדיש, באַטראַכטנדיק עס אַלס פֿאַרקריפּלט דײַטש, אַ "ייִדיש־דײַטשישן זשאַרגאָן". אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך, באָהעמיע, אונגאַרן האָבן משׂכּילים מצליח געווען פֿאַרבײַטן ייִדיש מיט דײַטש אין געברויך פֿון אָרטיקע ייִדן, אָבער אין גאַליציע, וווּ דער השׂכּלה האָבן געשטעלט אַ ווידערשטאַנד די חסידים, זײַנען די משׂכּילים געצוווּנגען געווען שאַפֿן זייער אייגענע ליטעראַטור אויף ייִדיש, זענענדיק מתּרץ די דאָזיקע הנחה מיט פּראָפּאַגאַנדיסטישע באַדערפֿענישן. אינעם לעצטן סך־הכּל האָט עס געבראַכט צו אַנטשטייונג פֿון אַ פֿולווערטיקער ליטעראַטור פֿונעם נײַעם טיפּ אויף ייִדיש. זי איז געוואָרן אַן אָרגאַנישע באַשטאַנדטייל פֿון דער נײַער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכע האָט זיך געשאַפֿן אויף העברעיִש, אויף ייִדיש, ווי אויך אויף "הויכע" ניט־ייִדישע שפּראַכן – רוסיש און דײַטש

צווישן ייִדישע שריפֿטשטעלער פֿונעם 19טן – אָנהייב 20טן יאָרהונדערט האָט אַ ברייטע פֿאַרשפּרייטונג באַקומען שעפֿערישע ייִדיש־העברעיִשע צוויי־שפּראַכיקייט. פּראַקטיש אַלע זיי האָבן געקענט די ביידע שפּראַכן. לאָמיר ברענגען בלויז עטלעכע בײַשפּילן. מענדעלע מוכר־ספֿרים און יצחק־לייבוש פּרץ זײַנען קלאַסיקער סײַ פֿון דער ייִדישער סײַ פֿון דער העברעיִשער פּראָזע. שלום־עליכם, וועלכער איז געוואָרן אַן מין אולטימאַטיווער סימבאָל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט געשאַפֿן באַזונדערע זײַנע ווערק אויף העברעיִש. דער קלאַסיקער פֿון דער הײַנטצײַטיקער העברעיִשער דיכטונג חיים־נחמן ביאַליק (1873 – 1934) האָט געשריבן אויך אויף ייִדיש און געמאַכט אַ ריזיקן בײַטראָג אינעם ברעכן דעם סטערעאָטיפּ פֿון אַ "נידעריקער שפּראַך" בנוגע צו דעם. אייניקע זײַנע דערציילונגען האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש אויך שמואל־יוסף עגנון, דער איינציקער דערווײַל נאָבעל־לאַורעאַט צווישן די העברעיִשע שרײַבער.

אינעם סוף 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך אויסגעפֿורעמט צוויי קעגנזײַטיק סתּירותדיקע מאָדעלן פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט – ייִדישיזם און העברעיִזם. דעמאָלט האָט זיך געדאַכט, אַז דער ייִדישיזם, וועלכער האָט געשטעלט אינעם צענטער פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט די שפּראַך פֿון פֿילמיליאָניקע מאַסן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז געווען רעאַליסטיש און פּראַגמאַטיש. דער העברעיִזם, וועלכער האָט אין זײַן ריי צוגערופֿן צום ווידערגעבורט פֿון אַ שפּראַך, וואָס האָט מיט אַנדערהאַלבן טויזנט יאָר צוריק פֿאַרלאָרן אירע פֿונקציעס פֿונעם טאָגטעגלעכן מינדלעכן געברויך, האָט אויסגעזען צו ראָמאַנטיש און אפֿילו אוטאָפּיש. צווישן אָנהענגער פֿון די צוויי דאָזיקע קולטור־שפּראַכלעכע מאָדעלן האָבן זיך געפֿירט שטורמישע וויכּוחים, וועלכע זײַנען באַשריבן געוואָרן דורך שלום־עליכמען מיט אַן אייגנטימלעכן פֿאַר אים הומאָר אין דער דערציילונג "ייִדישיסטן און העברעיִסטן".

שלום־עליכם אַליין האָט אונטערגעהאַלטן דאָס אָפּהיטן די טראַדיציאָנעלע פֿאַר דער ייִדישער קולטור דיגלאָסיע. אין הקדמה צום ערשטן באַנד פֿון זײַנע ווערק אין איבערזעצונג אויף העברעיִש, וואָס איז דערשינען אין 1911, האָט דער קלאַסיקער צווישן אַנדערס געשריבן: "עס קומט מיר אַ מזל־טובֿ! (…) צווילינגען זײַנען אין מײַן שויס. די דאָזיקע צווילינגען (…) זײַנען אונדזערע שפּראַכן, העברעיִש און ייִדיש. (…) לגבי זיי האַלטן מענטשן מלחמה מיט ברידער זייערע, גיסן טינט ווי וואַסער און פּטרן אַ סך פּאַפּיר, פֿרעגן נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל די שווערע פֿראַגע: וועלכע פֿון צוויי אונדזערע שפּראַכן איז מער ווערט דעם טיטל פֿון "נאַציאָנאַלער שפּראַך"?" – קלײַבט שלום־עליכם אויס פֿון די צוויי פֿאָרגעלייגטע דורך בעלי־מחלוקת אַלטערנאַטיוון די דריטע: "אונדזער פֿאָלק איז דאָס סאַמע מאָדנע פֿון אַלע פֿעלקער פֿון דער וועלט. עס לעבט צוויי טויזנט יאָר אין גלות, אַן אָפּגעריסנס פֿונעם באָדן, וואַנדערט פֿון אַ לאַנד צו אַ לאַנד און פֿון אַ מלוכה צו אַ מלוכה (…) – און עס פּאַסט דעם צו האָבן צוויי שפּראַכן איינצײַטיק (…). דווקא דערפֿאַר האַלט איך, אַז מיר מוזן אויפֿנעמען מיט ליבע די ביידע שפּראַכן". 

בער ווי אַ פּועל־יוצא פֿון ראַדיקאַליזאַציע סײַ פֿון ייִדישיסטן סײַ פֿון העברעיִסטן, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכע האָט פֿריִער עקזיסטירט ווי אַן איינהײַטלעכער פֿילשפּראַכיקער שעפֿערישער פּראָצעס, זיך אויסגעטיילט אָפּגעזונדערטע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור. און אין אָנהייב פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט איז קלאָר געוואָרן, אַז די ייִדישיסטישע מאָדעל פֿונעם נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט, וועלכע האָט געהאַט אויסגעזען אַזוי רעאַליסטיש, האָט געליטן אַ מפּלה אויפֿן הינטערפֿאָן פֿונעם טריִומף פֿון דער העברעיִסטישער מאָדעל, וועלכע האָט געהאַט אויסגעזען אַזוי אוטאָפּיש.

דערבײַ האָט עבֿריתּ אַזוי שטאַרק באַווירקט געוואָרן מצד ייִדיש אין פֿאָנעטיק, פֿראַזעאָלאָגיע, סינטאַקס און לעקסיק, אַז דער הײַנטצײַטיקער ישׂראלדיקער לינגוויסט, פּראָפֿעסאָר גלעד צוקערמאַן האָט מיט אַ יסוד געטענהט אין זײַנע אַרבעטן, אַז דער הײַנטצײַטיקער ישׂראלדיקער עבֿריתּ שטאַמט ניט בלויז פֿון אַלט־העברעיִש, נאָר אין דער זעלבער מאָס אויך פֿון ייִדיש. ייִדיש איז אין זײַן ריי פֿון סאַמע אָנהייב אָן ממש אָנגעזאַפּט געווען מיט אַנטליִענע פֿון העברעיִש און ארמיש ווערטער און אידיאָמען. אויף אַזאַ אופֿן, ווי עס האָט געשריבן אין דער אויבן ציטירטער הקדמה שלום־עליכם: "די ביידע שפּראַכן אַנטליִען אוצרות פֿון זייער צווילינג". און דער באַרימטער אַמעריקאַנער ייִדישער לינגוויסט אוריאל ווײַנרײַך (1926 – 1967) האָט גאַנץ באַגרינדעט געטענהט אפֿילו, אַז "די גרענעץ צווישן ייִדיש און העברעיִש איז ניט תּמיד קלאָר און סטאַביל".