Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

די ייִדישע שפּראַך

ייִדיש גייט אַרײַן אין באַשטאַנד פֿון דער גערמאַנישער גרופּע פֿון דער אינדיש־אייראָפּעיִשער שפּראַכן־פֿאַמיליע. עס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין מיטלאַלטער אויפֿן יסוד פֿון הויכדײַטשישע דיאַלעקטן. אַ טרעגער פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער שפּראַך קאָן פֿאַרהעלטנישמעסיק גרינג דערגרייכן אַ פֿאַרשטאַנד מיט שוואַבן, באַוואַרן און עסטרײַכער. די הויפּט־פּראָבלעם וועלן זײַן אין אַזאַ פֿאַל ווערטער פֿון סעמיטישער (העברעיִשער און אַרמישער), ווי אויך פֿון סלאַווישער אָפּשטאַמונג, וועלכע זײַנען פֿאַראַן אין ייִדיש בשפֿע, נאָר אָפּוועזנד אין דײַטשישע דיאַלעקטן. דער חלק פֿון די סעמיטישע ווערטער אינעם ווערטערבוך פֿון ייִדיש באַטריפֿט אַרום 20 פּראָצענט. באַזונדערס גרויס איז ער אין אַבסטראַקטער לעקסיק. אוראַלטע ווערטער פֿון לאַטײַנישער אָפּשטאַמונג, וועלכע האָבן זיך  אָפּגעהיט אין ייִדיש, נאָר זײַנען אָפּוועזנד אין דײַטש, למשל, לייענען, בענטשן, פּאַרשוין, זײַנען אַ רעליקט פֿון אַן אוראַלטערער תּקופֿה, ווען די אָבֿות פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן האָבן געהאַט גערעדט אויף אַ ראָמאַנישן אידיאָם.

דײטשע האנט־געשריבענע הגדה פון 1756

ווי די ערשטע עדות פֿון דעם, וואָס ייִדישע קהילות אויפֿן מערבֿ פֿון איצטיקן דײַטשלאַנד האָבן זיך באַנוצט אין זייער טאָגטעגלעך לעבן מיט אַ גערמאַנישן דיאַלעקט, דינען גערמאַנישע לע"זים אין רש"יס שו"תּים. דער ערשטער פֿולווערטיקער ייִדישער טעקסט, וואָס איז דערגאַנגען צו אונדז, איז אַ געגראַמטע ברכה אין אַ האַנטגעשריבענעם וואָרמסער מחזור. זי איז דאַטירט מיט 1272.

גלײַך ווי אַלע ייִדישע שפּראַכן (אונטער דעם דאָזיקן באַגריף פֿאַראייניקן לינגוויסטן גענעטיש פֿאַרשיידנאַרטיקע, אָבער ספּעציפֿישע פֿאַר ייִדן אידיאָמען), נוצט ייִדיש אויס דעם העברעיִשן אלף־בית. 

שוין אין מיטלאַלטער איז אַנשטאַנען די ייִדישע ליטעראַטור. די באַדײַטנדיקסטע דענקמעלער פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור זײַנען אַ געגראַמטע איבערטײַטשונג פֿון ספֿר שמואל (שמואל־בוך), אַ זאמלונג פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות און לעגענדעס (מעשׂה־בוך), דער ריטער־ראָמאַן באָווע־בוך, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן דורך אליהו לעוויטע (1468 – 1549) לויט מאָטיוון פֿון איטאַליענישע ווערק פֿון דעם דאָזיקן זשאַנער; דער "טײַטש־חומש" (צאנה־וראנה) פֿון ר' יעקבֿ אשכּנזי (1550 – 1624). אונטער דער השפּעה פֿונעם איטאַליענישן פֿאָלקס־טעאַטער "קאָמעדיאַ דעל אַרטע" איז אַנטשטאַנען דער כאַראַקטעריסטישער פֿאַר אַשכּנזים זשאַנער פֿון פּורים־שפּיל. די פּאָפּולערסטע סוזשעטן פֿון פּיעסן אין דעם דאָזיקן זשאַנער זײַנען געווען אחשוורוש־שפּיל (לויט די מאָטיוון פֿון מגילת־אסתּר) און מכירת־יוסף (לויט דער געשיכטע פֿון יוסף און זײַנע ברידער אינעם ספֿר־בראשית).

די איבערוואַנדערונג פֿון אשכּנזישע ייִדן אויפֿן מיזרח, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אינעם שפּעטן מיטלאַלטער, האָט געבראַכט צו אַ ברייטער געאָגראַפֿישער פֿאַרשפּרייטונג פֿון ייִדיש. צום 18טן יאָרהונדערט האָבן אויף דער דאָזיקער שפּראַך גערעדט ייִדן פֿון האָלאַנד ביז אוקראַיִנע. עס האָבן זיך אויסגעפֿורעמט צוויי גרופּעס ייִדישע דיאַלעקטן – די מערבֿדיקע און די מיזרחדיקע. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז מערבֿ־ייִדיש (חוץ דעם עלזאַסישן רעליקט־דיאַלעקט, וועלכער איז ענדלעך אויסגעשטאָרבן בלויז צום סוף 20טן יאָרהונדערט) אַרויס פֿון געברויך, זענענדיק פֿאַרביטן דורך אָרטיקע ניט־ייִדישע שפּראַכן, אין דער ערשטער ריי – דײַטש. אין דער זעלבער צײַט האָבן דיאַלעקטן פֿון מיזרח־ייִדיש, פֿאַרשפּרייטע איבערהויפּט אין סלאַווישע לענדער, וווּ עס האָט דעמאָלט געוווינט די אַבסאָלוטע מערהייט ייִדן, ניט בלויז אָפּהיט זייערע פּאָזיציעס, נאָר אויך געוואָרן דער יסוד פֿאַר דער רײַכער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור פֿון אַ נײַעם טיפּ. אין דער צווייטער העלפֿט פונעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך אויפֿן סמך פֿון באַהעפֿטן פֿאַרשיידענע מיזרח־ייִדישע דיאַלעקטן אויסגעפֿורעמט די ייִדישע ליטעראַרישע שפּראַך. די שלוס־ראָלע אין דעם דאָזיקן פּראָצעס האָט געשפּילט מענדעלע מוכר־ספֿרים (1836 – 1917), וועלכן שלום־עליכם האָט אָנגערופֿן "דער זיידע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור".

אין די 80ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט הייבט אָן זיך פֿאָרמירן אַ קולטור־שפּראַכלעכע אידעאָלאָגיע פֿון ייִדישיזם, וועלכע האָט געשטעלט ווי איר ציל העכערן דעם סטאַטוס פֿון ייִדיש, עס פֿארוואַנדלען אין אַ פֿולווערטיקער נאַציאָנאַלער שפּראַך און אָפּרוקן אויפֿן צווייטן פּלאַן העברעיִש, וואָס זײַן סטאַטוס איז געווען העכער אויף ניט צו פֿאַרגלײַכן. אַ וויכטיקע ראָלע אין פֿאָרמירונג פֿון דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע האָט געשפּילט יצחק־לייבוש פּרץ (1852 – 1915), וועלכן מע האַלט באַנאַנד מיט מענדעלע מוכר־ספֿרימען און

שלום־עליכמען, פֿאַר איינעם פֿון די דרײַ קלאַסיקער פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. טיפּאָלאָגיש איז ייִדישיזם נאָענט געווען צו דעמאָלטיקע קולטור־שפּראַכלעכע אידעאָלאָגיעס פֿון אַ גאַנצער ריי מלוכהלאָזע פֿעלקער פֿון צענטראַלער און מיזרח־אייראָפּע, וואָס זייערע שפּראַכן האָבן געהאַט אַ נידעריקן געזעלשאַפֿטלעכן סטאַטוס: טשעכן, אוקראַיִנער, ליטווינער, פֿינער אא. אין אָנהייב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט האָט ייִדישיזם געקראָגן אַ ברייטע פֿאַרשפּרייטונג, זענענדיק אויפֿגענומען דורך אַ גאַנצער ריי ייִדישע פּאָליטישע פּאַרטייען.

אינעם פּעריאָד צווישן די צוויי וועלט־מלחמות האָט ייִדיש דערגרייכט זײַן מאַקסימאַלע צעבליִונג: עס איז געווען דאָס מאַמע־לשון פֿון אַריבער 10 מיליאָן נפֿשות סײַ אין אייראָפּע סײַ מעבֿר־לים, די ייִדישע ליטעראַטור האָט דערפֿאָלגרײַך באַהערשט מיט אידייען פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם און אַנטוויקלט זיי, שטורמיש האָבן זיך אַנטוויקלט קינעמאַטאָגראַף, פּרעסע, שולוועזן אויף ייִדיש. אין 1925 איז געגרינדעט געוואָרן די ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע (ייִוואָ) מיט פֿיליאַלן אין ווילנע, ניו־יאָרק, בערלין און וואַרשע. אין דעם דאָזיקן פּעריאָד האָט ייִדיש געדינט אין אַ געוויסער מאָס ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך, קודם־כּל, אין ייִדישע טעריטאָריעלע אויטאָנאָמיעס, געשאַפֿענע אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד.

דער ייִדן־חורבן, אין גאַנג פֿון וועלכן עס זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן דאָס רובֿ טרעגער פֿון ייִדיש אין מקומות פֿון זייער טראַדיציאָנעלער און גאַנץ קאָמפּאַקטער אויסבאַזעצונג, האָט געבראַכט צו אַ האַסטיקער ענדערונג פֿון שפּראַך־סיטואַציע. אין די פֿאָלגנדיקע יאָרצענדליקער פֿאַרלירט ייִדיש גיך זײַנע פּאָזיציעס. אינעם רובֿ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות אין לענדער פֿון נײַער עמיגראַציע, אינעם ראַטנפֿארבאַנד און אין ישׂראל, וואָס איז געוואָרן אומאָפּהענגיק און האָט אויפֿגענומען דיסקרימינירנדיקע געזעצן קעגן ייִדיש, האָט זיך אויפֿגעהערט דאָס איבערגעבן די שפּראַך נײַע דורות. אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט, מיטן אַוועקגיין פֿון עלטערע דורות פֿונעם לעבן פֿאַרקלענערט זיך האַסטיק די צאָל ייִדיש־רעדנדיקע. הײַנט־צו־טאָג ווערט די שפּראַך איבערגעגעבן קינדער נאַטירלעך פּראַקטיש בלויז אין פֿאַרשלאָסענע חרדישע קהילות, אָבער זייערע אידעאָלאָגישע שטעלונגען צווינגען זיי איגנאָרירן די ייִדישע וועלטלעכע קולטור.

צוזאַמען מיט דעם רופֿט אַרויס די רײַכע קולטור, געשאַפֿענע אויף ייִדיש אין פֿאַרלויף פֿון יאָרהונדערטער און באַזונדערס אינעם 19טן – 20טן יאָרהונדערט אַ גרויסן אינטערעס סײַ בײַ ייִדן סײַ בײַ ניט־ייִדן. ניט ווייניק מענטשן לערנען די דאָזיקע שפּראַך אין אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן אָדער זעלבסטשטענדיק. עס זײַנען פֿאַראַן אויך קליינע אין צאָל ענטוזיאַסטן, וועלכע געהערן ניט צו חרדישע קהילות, וואָס דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש. די אַלגעמיינע צאָל ייִדיש־רעדנדיקע קאָן אָפּגעשאַצט ווערן איצט בערך אין אַ פֿערטל מיליאָן נפֿשות.