אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם א״נ נעמי פּראַווער־קאַדאַר
ד״ר נעמי פּראַווער־קאַדאַר (1949 – 2010) איז געווען אַ געראָטענע לערערין און וויסנשאַפֿטלערין. זײַענדיק אַ טאָכטער פֿון ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט זי פֿון קינדווײַז אָן פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון ייִדיש און האָט מיט דער דערפֿאָלג איבערגעגעבן אַ סך אירע סטודענטן איר ליבשאַפֿט צו דער שפּראַך און צו ייִדיש־קולטור.
זי האָט זיך איבערגעגעבן איר גאַנץ לעבן צו ייִדיש־טעטיקייט אין ישׂראל און אין אַמעריקע: געשאַפֿן נײַע פּראָגראַמען, צוגעגרייט נײַע לערער; זי האָט געשטרעבט צו פֿאַרזיכערן, אַז נײַע דורות וועלן ווײַטער אָפּשאַצן איר באַליבטע ייִדיש־קולטור. ניט געקוקט אויפֿן שטאַרק פֿאַרנומענעם פּראָפֿעסיאָנעלן לעבן־שטייגער, האָט זיך איר אַלעמאָל אײַנגעגעבן צו געפֿינען צײַט פֿאַר איר תּלמידים, צו אַנטוויקלען פֿעסטע באַציִונגען מיט זיי.
זי האָט געהאַט פֿירנדיקע פּאָזיציעס אין אַזעלכע פּרעסטיזשפֿולע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, ווי דער קאָלומביע־אוניווערסיטעט און דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר. זומערצײַט פֿלעגן זי אָנפֿירן מיט ייִדיש־לימודים אויף פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען אַרום דער וועלט. אַ דאַנק דער טייטיקייט פֿון דער "נעמי־פֿונדאַציע" איז איר ענטוזיאַסטישער גײַסט נאָך אַלץ משפּיע אויף טויזנטער תּלמידים אין פֿאַרשיידענע לענדער.
די אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישן אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר לייגט פֿאָר פּנים־אל־פּנימדיקע לימודים אויף פֿיר מדרגות, ווי אויך אַן אינטערנעץ־פּראָגראַם אויפֿן מיטל־ניוואָ. די דירעקטאָרן זענען פּראָפֿ׳ חנה ווירט־נשר (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט) און פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן (העברעיִשער אוניווערסיטעט). צווישן די לערער – אליעזר ניבאָרסקי און ד״ר מרים טרין.
ניבאָרסקי, אַ געבוירענער אין בוענאָס־אײַרעס, איז דערצויגן געוואָרן אין אַ פּאַריזער ייִדיש־רעדנדיקער היים. במשך פֿון אַ סך יאָר האָט ער זיך כּסדר באַטייליקט ווי אַ לערער אין אינטענסיווע ייִדיש־פּראָגראַמען אין תּל־אָבֿיבֿ, ניו־יאָרק, ווילנע און בערלין.