Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש־קולטור: אַ פּראַקטישע באַציִונג

אָנהייבנדיק פֿונעם קומענדיקן לערן־יאָר 2023 – 2024, וועט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אָנהייבן אַ נײַע וויכטיקע פּראָגראַם פֿון צווישן־דיסציפּלינאַרע פֿאָרשונגען פֿאַר סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן, וואָס וועט זיי פֿאַרשאַפֿן אַ געלעגנהייט זיך צו פֿאַרטאָן אין דער וועלט פֿון ייִדיש־קולטור און איר ירושה דורך אַ קאָמבינאַציע פֿון טעאָרעטישע פֿאָרשונגען, אַרכיוו־אַרבעט און שעפֿערישער טעטיקייט. די באַטייליקטע וועלן זיך פֿאַרנעמען מיט פֿאַרשיידענע טעאַטראַלישע, מוזיקאַלישע און ליטעראַרישע זײַטן פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־וועלט.
דער פּראָיעקט וועט אַרומנעמען סײַ אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, סײַ ספּעקטאַקלען. אַ וויכטיקער טראָפּ וועט זײַן, אַחוץ דעם עבֿר, אויף די הײַנטיקע ענינים און דינאַמישע חידושים, וואָס שייך ייִדיש. די באַטייליקטע וועלן קאָנען זיך פֿאַרנעמען סײַ פֿונעם וויסנשאַפֿטלערישן, סײַ פֿונעם קינסטלערישן קוקווינקל מיט די אוניקאַלע אַרכיוו־מאַטעריאַלן, וואָס זענען געזאַמלט געוואָרן דורך צוויי פֿונדאַציעס: Heritage Projects Foundation (פֿאַראייניקטע שטאַטן) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל). די מאַטעריאַלן זענען שוין פּובליקירט געוואָרן אָדער וועלן פּובליקירט ווערן אָט דאָ, אויף אונדזער וועבזײַט (Yiddish-Culture.com).

דער פּראָיעקט, בעצם אַ צווישן־דיסציפּלינאַרער, וועט אַרומנעמען סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע און קינסטלערישע ספֿערעס אַרום איין אויסגעקליבענער יערלעכער טעמע, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדיש־קולטור. די ערשטע טעמע, אינעם יאָר 2024, וועט הייסן "דער גלאָבאַלער שלום־עליכם".

אַ דאַנק־בריוו פֿון די "אַמעריקאַנער פֿרײַנד פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט"

דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט דורך דער סטיפּענדיע־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון ראָזאַ ליובינאַ פֿאַר בשותּפֿותדיקע צווישן־דיסציפּלינאַרע פֿאָרשונגען פֿון ייִדיש־קולטור און ירושה־אָפּהיטונג. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך ד״ר מאַרק זילבערקוויט – דער גרינדער פֿון די צוויי דערמאָנטע פֿונדאַציעס און פֿון דער דאָזיקער וועבזײַט. די סטיפּענדיעס וועלן אויסגעגעבן ווערן פֿאַר צווישן־דיסציפּלינאַרע, אַרכיווישע, היסטאָרישע און פּראַקטיש־קולטורעלע פֿאָרשונגען אין כּלערליי געביטן פֿון ייִדיש־קולטור, אַרײַנגערעכנט טעאַטער, מוזיק, קינאָ און וויזועלע קונסט.
יעדעס יאָר וועט אויסגעקליבן ווערן אַ ספּעציעלע פֿאָרש־גרופּע פֿון מאַגיסטער־ און דאָקטאָראַט־סטודענטן, וואָס וועט זיך אָפּגעבן מיט איין וויכטיקן יערלעכן ענין אָדער אַ פּערזענלעכקייט. דאָס קאָן זײַן, למשל, די טעמע פֿון שלום־עליכמס גלאָבאַלער השפּעה, ייִדישע איבערזעצונגען פֿון שעקספּירן אאַ״וו. דער צוועק פֿון די פֿאָרשונגען איז אַ טאָפּלטער: צו וואַרפֿן אַ נײַע שײַן אויף דער ייִדישער קולטור און איר גלאָבאַלער ווערט און צו ווײַזן, ווי אַזוי איר ירושה איז נאָך אַלץ רעלעוואַנט און וויכטיק פֿאַר דער הײַנטיקער קולטור.
אין דער גרופּע וועלן אַרײַן ביז צען סטודענטן און צוויי לערער, וואָס וועלן צוזאַמען מיט די תּלמידים שטודירן קינסטלערישע ווערק און אַרכיוו־מאַטעריאַלן, קאָמבינירנדיק די היסטאָרישע פֿאָרשונג מיט שעפֿערישער פּראַקטיק. בײַם סוף פֿון יעדעס יאָר דאַרף די גרופּע פּרעזענטירן אַ ספּעקטאַקל, אַן אויסשטעלונג צי אַ קאָנפֿערענץ, וווּ עס מע וועט באַטראַכטן זייערע געפֿינסן.

 

טעמע 2024: דער גלאָבאַלער שלום־עליכם

 

רותי אַבעליאָוויטש

שלום־עליכם (1859 – 1916) איז געווען איינער פֿון די גרעסטע מאָדערנע ייִדישע שרײַבער. זײַנע ווערק האָט מען געשפּילט אין טעאַטערס אַרום דער וועלט אויף אַ גאַנצער ריי שפּראַכן. די פֿאָרשער, באַטייליקטע אין דער נײַער פּראָגראַם, וועלן אויסגעפֿינען, ווי אַזוי שלום־עליכמס פּיעסעס בלײַבן נאָך אַלץ אַקטועל פֿאַרן ייִדישן עולם, ווי אויך פֿאַר דער גאַנצער וועלט, אָפּשפּיגלענדיק פֿאַרשיידענע הײַנטצײַטיקע קולטורעלע, סאָציאַלע און פּאָליטישע פֿראַגעס אויף פֿאַרשיידענע וועלט־שפּראַכן – וויכטיק סײַ פֿאַר אַלעמען, סײַ פֿאַרן אינדיווידועלן יחיד.

יאיר ליפּשיץ

די קאָאָרדינאַטאָרן פֿונעם פּראָיעקט וועלן זײַן ד״ר רותי אַבעליאָוויטש און ד״ר יאיר ליפּשיץ. אַבעליאָוויטש איז אַ דאָצענטין פֿון טעאַטער־שטודיעס בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, די מחברטע פֿונעם בוך "די דיבוק־קולות: קלאַנג־רעליקוויעס פֿונעם מאָדערניסטישן העברעיִשן טעאַטער". ליפּשיץ איז אַ דאָצענט פֿונעם טעאַטראַלישן קונסט־אָפּטייל, וועלכער פֿירט אָן אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט מיטן "צענטער פֿון ייִדישער ירושה אויפֿן נאָמען פֿון צימבאַליסטאַ". ער איז דער מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן טעאַטער און רעליגיעזער ייִדישקייט. זײַן הויפּט־פֿעלד פֿון פֿאָרשונג איז דער ייִדישער טעאַטער און די פֿאַרבינדונגען צווישן דער טעאַטראַלער קונסט און דער פֿרומער טראַדיציע.