קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַס ערשטע לידער־זאַמלונג
די דיכטערין קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ האָט פּרעזענטירט איר ערשטע לידער־זאַמלונג אויף ייִדיש, "גלאָזפּערל", פּובליקירט דורכן שוועדישן פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט". די פּרעזענטאַציע איז פֿאָרגעקומען דעם 24סטן פֿעברואַר 2026 איז בערלין.
קוזנעצאָוואַ איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אינעם יאָר 1989. ייִדיש האָט זי אָנגעהויבן לערנען, ווען זי איז געווען 20 יאָר אַלט. זינט 2016 וווינט זי אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט, וווּ זי פֿירט ייִדיש־לימודים און האָט געגרינדעט די אומפֿאָרמעלע ייִדישיסטישע קולטור־גרופּע Yiddish.Berlin, וואָס שליסט אײַן עטלעכע אָרטיקע פּאָעטן.
די פּאָעטעסע האָט גענומען שרײַבן לידער אויף ייִדיש אין 2018. אַ צאָל אירע ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש, אוקראַיִניש און ענגליש. אַן אָפּקלײַב פֿון אירע 10 לידער אין אַרײַן אין דער צוויי־שפּראַכיקער זאַמלונג פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע מיט רוסישע איבערזעצונגען "איך קער זיך אום", וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אינעם יאָר 2025.
Photo by Jason Lipscombe
