יצחק־לייבוש פּרץ
דער משולח
רײַזע־בילדער
קלאצ-געשיכטנ
יצחק־לייבוש פּרץ איז איינער פֿון די דרײַ קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּראָזע; די אַנדערע צוויי זענען מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם. ער איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1852 אין זאַמאָשטש, פּוילן (Zamość). אין זײַן תּקופֿה האָט די דאָזיקע שטאָט געהערט צו דער פּוילישער קיניגרײַך. אַחוץ לשון־קודש און ייִדיש, האָט ער גוט געקענט פּויליש, דײַטשיש און רוסיש.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע צוויי קלאַסיקער, האָט פּרץ ניט געוווינט אין דער רוסישער אימפּעריע און איר ליטעראַטור האָט אויף אים ניט געהאַט קיין גרויסע השפּעה. דער עיקר־קוואַל פֿון זײַן באַגײַסטערונג איז געווען די ליטעראַרישע וועלט פֿון מערבֿ־אייראָפּע. זײַנע ערשטע פּובליקאַציעס זענען געווען אויף פּויליש, דערנאָך אויף העברעיִש. ייִדיש איז געוואָרן דאָס הויפּט־לשון פֿון זײַן שאַפֿן רעלאַטיוו שפּעט, אָנהייבנדיק פֿון 1888.
צוליב זײַנע ראָמאַנטישע ווערק, פֿול מיט בילדערישע אימאַזשן און עלעמענטן פֿון מיסטיציזם, קאָן מען באַטראַכטן פּרצן ווי אַ מין פֿאָרלויפֿער פֿונעם וועלט־באַרימטן נאָבעל־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס (זינגער). צוויי דערציילונג־זאַמלונגען פֿון פּרצן, "חסידיש" און "פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן", זײַנע פּיעסעס "בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק" און "אין פּאָליש אויף דער קייט", ווי אויך זײַן פּאָעמע "מאָניש", האָבן גוואַלדיק שטאַרק געווירקט אויף דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער.
ווען פּרץ האָט נאָך געלעבט, איז ער שוין געוואָרן איינער פֿון גרויסע סימבאָלן פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור אויף ייִדיש. ווען ער איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1915 אין וואַרשע, האָבן זיך פֿילע טויזנטער פֿאַרזאַמלט אויף זײַן לוויה. דעם נאָמען פֿון יצחק־לייבוש פּרצן טראָגן די גאַסן אין אַ גאַנצער ריי ישׂראלדיקע שטעט: תּל־אָבֿיבֿ, חיפֿה, הוד־השרון, בת־ים, חולון, קרית־ים, גבֿעת־שמואל. אין אַ צאָל פּוילישע שטעט אויך: וואַרשע, זאַמאָשטש, קוטנע, ברעסלע (Wrocław). אין ניו־יאָרק, נידער־מאַנהעטן, איז פֿאַראַן אַ פּלאַץ (Peretz Square), אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם דאָזיקן ייִדישן שרײַבער.